רוי:קוואנטן-מעכאניק

ווערסיע פון 01:14, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכקייט" ב־"ליכקייט")

קוואַנטן-מעכאַניק, אויך באקאנט ווי קוואנטן-פיזיק אדער קוואנטן-טעאריע, איז א צווייג פון פיזיק וואס שילדערט מאטעמאטיש די כוואליע-טיילכל דואליזם פון מאטריאל און ענערגיע. די טעאריע האט ווערנער הייזנבערג אנטוויקלט אין 1925. קוואנטן-מעכאניק שילדערט די עוואלוציע פון א פיזישער סיסטעם דורך א מאטעמאטישן סטרוקטור וואס הייסט א כוואליע פונקציע. מען ניצט קוואנטן-מעכאניק פאר אטאמען און עלעמענטארע טיילעכלעך. אנדערש פון קלאסישער מעכאניק, אין קוואנטן-מעכאניק זענען ענערגיע, מאמענטום, ווינקל־מאמענטום און אנדערע קוואנטיטעטן פון א סיסטעם זענען באגרעניצט צו דיסקרעטע ווערטן (קוואנטיזאציע).

שוין פאר 1900 איז מען געווארן געוואר אז קלאסישע מעכאניק האט פראבלעמען ביי געוויסע פענאמענען. ביז מען איז געקומען צו קוואנטן-מעכאניק, וואס האט געשאפן א רעוואלוציע אין דעם פארשטאנד פון פיזיק.

קוואנטן־מעכאניק איז גאנץ אנדערש פון קלאסישער מעכאניק אויך אין דעם אז זי זאגט נישט גענוי וואס וועט פאסירן, נאר די מעגליכקייט פון א פאסירונג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!