רוי:משמעותדיקייט

פון המכלול
מאס פון דער מעגלעכקייט פון א געשעעניש
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
איינער פון די פארשפרייטסטע באניצן פון משמעותדיקייט איז רעכענען די מעגליכקייט פון געווינען ביי א אזאראט שפיל.

משמעותדיקייט איז א מאס פון דער ווארשיינליכקייט אז א געוויסער געשעעניש וועט פאסירן. די משמעותדיקייט פון א געשעעניש קען האבן א נומערישן ווערט וואס איז א רעאלע צאל צוויישן 0 און 1. אן אוממעגליכער געשעעניש האט א משמעותדיקייט פון 0, און א זיכערער געשעעניש האט א משמעותדיקייט פון 1. משמעותדיקייט איז א פונדאמענטאלער באגריף אין מאטעמאטיק און ווערט דעפינירט אנאליטיש אין דער טעאריע פון משמעותדיקייט. דער באגריף פון משמעותדיקייט ווערט ברייט באניצט אין די געביטן פון סטאטיסטיק, נאטור-וויסנשאפטן, קאמפיוטער וויסנשאפט, סאציאל וויסנשאפטן און אנדערע וויסנשאפטן.

א מאנגל אין זיכערקייט וועגן א געשעעניש, און דערפאר די נויט אין רעכענען אדער אפשאצן זיין משמעותדיקייט, קען שטאמען פון צוויי פאקטארן:

  • א מאנגל אין זיכערקייט וואס שטאמט פון צופעליגקייט אין נאטור. א ביישפיל דערפון איז צעפאל פון ראדיאאקטיווע מאטעריע. מען קען נישט וויסן וועלכער ספעציפישער אטאם און גענוי ווען וועט פאסירן דער נעקסטער צעפאל, אבער סטאטיסטיש־משמעותדיק קען מען יא וויסן.
  • א מאנגל אין זיכערקייט וואס שטאמט פון טיילווייזער אינפארמאציע וואס מען האט. א ביישפיל דערפון איז ווארפן א מטבע, וואס קען זיך ארויסלאזן אין איינער פון צוויי מעגליכקייטן, אבער וואס מען קען נישט וויסן פאראויסט וועלכן רעזולטאט וועט אויסקומען פון א געוויסן ווארף, אויבוואויל, ווען מען וואלט געוואוסט אלע רעלעוואנטע פיזישע דאטן - וואלט מען געקענט טעארעטיש אויסחשבונען דעם אויסקום.

דרויסנדיגע לינקס

P mathematics.svg דער ארטיקל בנוגע מאטעמאטיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל