רוי:נעמי צוועבנער

ווערסיע פון 01:13, 6 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "([^ש])לעכט" ב־"$1ליכט")

 

 

נעמי צוועבנער ( (געבוירן דעם 19טן נאוועמבער 1980, י"א כסלו ה'תשמ"א) ) איז א פרומע שרייבערין און א רעדאקטארין פון ארץ הקודש.

ביאגראפיע

צוועבנער איז געבוירן געווארן י"א  כסלו התשמ"א אין דער הדר געגנט פון חיפה, צו רבי מרדכי לייב קאצנעלנבויגן, און איז אן אוראייניקל פון רבי אלטער יהודה יאוואראוו, פון ישיבת עץ חיים'ס רבנים, און פון רבי יעקב ירוחם קצנלבוגן, אן עסקן פון אגודת ישראל.

זי אין אויפגעוואקסן אין געגנט בית וגן אין ירושלים און איז געווען א 'בית יעקב' שילערין אין ירושלים. 

נאך איר חתונה אין יאר תש"ס צו רב יהודה לייב צוועבנער, האט זי אנגהויבן צו פארעפנטלעכן געשריפטן פון איר ליטערארישער שאפונג ביי די חרדישע צייטונגען.

זי האט געשריבן דערם אנפאנג צייטונג-ארטיקל אין דער ווייבער־אפטייל 'פנינים' פון דער צייטונג 'בקהילה'. אין 'בית נאמן', אן אפטייל פון 'יתד נאמן', האט זי פארעפנטליכט איר בוך 'חכמת נשים', וואס איז געווארן איינע פון אירע אנזיכטיקע ביכער.

די צייטונג בית נאמן איז איבערגעאנדערשט צום 'קטיפה- מאגאזין' און צוועבנער האט באשטימט געווארן צום ליטעראטור- ראטגעבערין פון מאגאזין, און געשריבן די אנפאנג אפטייל, 'רגעים' (מינוטן) גלייכלויפיקער צום שרייבן דער נאכאנאנדיקייט דערציילונג 'אנשים אחים אנחנו' (ברידער זענען מיר).

אין תשע"ג (2013) האט זי געענדיקט א קינא און טעלעוויזיע שטייגער אין 'סאם שפיגל שולע'.

אין זעלבן יאר איז זי באשטימט געווארן רעדאקטארין פון "תצפית", דער וועכנטליכער זשורנאל פון 'הפלס' צייטונג. אויף אזא אויפן איז זי געווארן די ערשטע און איינציקע רעדאקטארין וואס שטייט ביים שפיץ פון א זשורנאל וואס איז נישט נאר פאר פרויען. דער זשורנאל האט אין זיך רעפארטאזשעס, אויספראשונגס און ארטיקלעך, אין פארשידענע עניינים, אזוי ווי היסטאריע, וויסנשאפט, אייגנשאפט, פריוואטע דערציילונגען, געזונט און פריוואטישע אנטוויקלונג, אלץ אין אן חרדישער אריענטאציע.

אין תשע"ד (2014) האט זי רעדאגירט דאס בוך "הנבחרים", (די אויסגעוויילטער) א צונויפגעקליבענע דערציילונגען פון די בעסטע חרדישע שרייבערן.

אין תשע"ז (2017) האט זי אנגעהייבן צו פארעפנטלעכן דאס אינטערנעץ־הילפבוך אויף שרייבן, "שרייבערס בארייכערונג" (העשרת כותבים), וואס איז איבערגעאנדערשט געווארן צום א בלאג. דער הילפבוך איז באשעפטונג אין פארשידענע טיפע מאטיוון אויף שרייבן און רעדאקטארן.  

אין תשע"ח (2018) האט זי ארויסגענומען די טרילאגיע "ווו איז ער געפינט זיך" ("באשר הוא שם"). די מיטלפונקט פון די טרילאגיע איז דער מאטיוו אויף די איבערפיר פון א דור צו א דור.

די צוויי ביכער, " א צווייטע געלעגענהייט" און א שטעגל אין זייט" זענען באארבעט געווארן אויף  דראמע. 

אויסער דערוואקסענער ליטעראטור, האט זי ארויסגענומען א פאר יונגווארג ראמאן ביכער. דער מערסט באוואוסטער ראמאן איז  "א צווייטע געלעגנהייט" (הזדמנות שנייה), וואס איז פארעפנטליכט געווארן פון דאס ניי אין תש"פ (2020), און דאס בוך  "א שטעגל אין זייט" (שביל בצד) וואס איז באשעפטונג מיט יונגווארג'ס פארלעגנהייטס און שוועריקייטן.

די צוויי ביכער, " א צווייטע געלעגענהייט" און א שטעגל אין זייט" זענען באארבעט געווארן אויף  דראמע. 

אין תשע"ח האט געשריבן ריקי שץ, א שרייבערין, די קינדערישע סעריע אויף צויי טיילן, " דריי דערציילונגען," די ביכער זענען פעסטן אויף צוועבנער'ס קורצע- דערציילונגען.

פריוואטע לעבן

צוועבנער איז פארהייראט צו רב יהודה לייב צוועבנער,  וואס איז אן אייניקל פון רב אברהם שאג-צוועבנער,  און א זון פון חיים אליעזר צוועבנער, ראש ישיבה פון ישיבת אור התלמוד אין בני ברק. זיי האבן זעקס קינדער און זיי וואוינען אין הר נוף, ירושלים.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!