רוי:רבי אהרן לייב שטיינמאן

ווערסיע פון 03:41, 4 יאנואר 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (היימישע שפראך, הגהה, קאטעגאריע)
רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן
הרב שטיינמן 5.jpg
טעטיקייט ארט בני ברק
באלאנג דאס ליטווישע אידנטום
אמטן ראש ישיבה פון: ארחות התורה, גאון יעקב, און פאנאוועזשער ישיבה לצעירים
זיינע רביס רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, רבי משה סאקאלאווסקי, רבי פסח פרוסקין
חיבורים אילת השחר, חסד ומשפט, ימלא פי תהילתך, מפקודיך אתבונן, עזי ומגיני.
טעקע:Shtinman.jpg
הרב אהרן לייב שטיינמאן
הרב שטיינמאן מיט הרב אליה שוויי און הרב שמואל קאמינעצקי אין אמעריקע
רבי משה יהושע האגער וויזניצער רבי מיט רבי אהרן לייב שטיינמאן

רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן ("הגראי"ל"; י"ד חשוון ה'תרע"ד - כ"ד כסלו ה'תשע"ח), גערופן רבי אהרן לייב, איז געווען א חרדישער ליטווישער ראש ישיבה, פון די הויפט מנהיגים פון דער חרדישער וועלט אין די יארן פון תש"ס. ער איז געווען דער נשיא פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ער איז אויך געווען דער ראש ישיבה פון עטליכע ישיבות: גאון יעקב, ארחות תורה, תורה בתפארתה און פון דער פאנאוועזשער ישיבה לצעירים, און איז אמאל אויך געווען דער ראש כולל פונעם פאנאוועזשער כולל. ער האט מחבר געווען דרייסיג ספרים. ספר איילת השחר אויף מסכתות הש"ס און חמשה חומשי תורה, און ספר ימלא פי תהילתך פון שמועסן.

ער האט געהייראט מרת תמר (טעמא) קארנפעלד (נפ' תשס"ב), אן אייניקל פון רבי משה חיים ראטנבערג פון כענטשין.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ד אלס אהרן יהודה לייב שטיימאן אין בריסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) צו זיין פאטער רבי נח צבי שטיימאן, שמש אינעם בריסקער בית דין, און צו זיין מוטער מרת גיטל פייגא.

אין תרצ"ז איז ער גערופן געווארן צו ווערן ריקרוטירט אין דער פוילישער מיליטער, דעריבער האט ער געביטן זיין משפחה נאמען אויף שטיינמאן מיט דער האפענונג אזוי נישט צו ווערן גענומען אין מיליטער, אבער אן ערפאלג ער איז ווייטער גערופן געווארן אין מיליטער.

דורך די באמיאונגען פון דעם בריסקער רב און רבי ברוך בער לייבאוויטש האט ער באקומען אין תרצ"ז אן איינלאדונג פון הרב באטשקא, ראש ישיבה אין מאנטרע, שווייץ; אזוי האט ער זיך געראטעוועט פון פוילישע מיליטער.

במשך זיינע יארן אין דער שווייץ האט ער געהאט נאנטע באציאונגען מיטן פוסק רבי מרדכי יעקב ברייש, רב פון "אגודת אחים" אין ציריך.

ער איז געשטארבן נאך א לאנגער קראנקייט, הויפטליך אנגינע, אין דער אלטער פון 104 יאר.

פרישות

הרב שטיינמאן איז ארויסגעשטאנען מיט זיין אפגעזונדערקייט פון די וועלטליכע פארגענוגנס, זיך באגענוגט מיט מינימאלישע געברויכן וואס אן דעם איז נישט מעגליך אנצוגיין, זיין אויפיהרונג האט דערמאנט אז א מענטש איז נאר אויף דער וועלט צייטווייליער קעמט זיך נישט אויס די בארד, און דאס איז טאקע פארקניפט.

ער האט געוואוינט זייער ארים און באשיידן, איין צימער וואס זיין בעט דינט אויך אלס דאס בענקל נעבן דעם טיש ווי ער נעמט אויף און לערנט.
ער האט געפאסט אסאך תעניתים. דערצו איז ער אויך א עניו וואס האלט זיך קליין פונקט ווי יעדער, און אימער האט ער געהאט א שמייכל אויף זיין געזיכט. זיינע אנהענגער רופן אים בלשון חיבה רבי ארען לייב.
כאטשיג ער האט געפירט היינט די מערהייט פון דער ליטווישער וועלט, איז ער געווען גאר א שטילער מענטש און איבערהויפט נישט גערעדט וועגן א פערזענליכן מענטש.

קנאים קעגן אים

מען זאגט אז ער האט געשטיצט די עסקנים צו ערלעדיגן אז פרומע אידן זאלן גיין דינען אין דער מיליטער, זייענדיג א מנהיג וואס האט זיך צוגעקוקט פון די נאנט דאס שווערע מצב הפרנסה פון דער תורה וועלט אין בני ברק און אין גאנץ ארץ ישראל, אויך די פראבלעמען וואס די שוואכערע בחורים מאכן אן אין ישיבות (און אויך נאך טעמים אין די אינטערוויסן).

דאס האט אים געברענגט שטארקע קעגנערשאפט פון די קנאים און אנטי ציונים וואס זאגן אז ער שטיצט די נחל החרדי און חוק טל, און תכנית הליבא, אזש ס'איז שוין ארויסגעקומען גאר שארפע מודעות פערזענליך קעגן אים. די ליטווישע האלטן דאס איז ביזוי כבוד התורה.

משפחה

הרב שטיינמאנ'ס מוטער, גיטל פייגא, איז געווען א טאכטער פון רב משה אליהו גיבארנאווסקי פון קאמעניץ.[1] א פעטער פון הרב שטיינמאן איז געווען הרב חיים שלמה גאָרפינקל, א מורה הוראה אין קאמעניץ.

א שוועסטער פון זיין באבע עלקא, איז געווען די ווייב פון רבי דוב, פאטער פון רבי שמחה זעליג ריגער. א ברודער פון עלקא איז געווען רבי משה אהרן ווייצבלום, א תלמיד פון מהרי"ל דיסקין וואס איז געווען רב אין א שטעטל לעבן בריסק, און אין זיינע לעצטע יארן איז ער ארויף אין ארץ ישראל וואו ער איז געווען א ר"מ אין ישיבת תורת חיים.[2][3]

הרב שטיינמאן האט געהייראט מרת תמר (נפטר געווארן כ"ה סיון ה'תשס"ב), א טאכטער פון רבי שמאי קארנפעלד, אייניקל פון רבי משה חיים ראטנבערג, א ברודער פונעם גערער רבי'ן דעם חידושי הרי"ם". זיי האבן געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער:

  • מרת רחל דבורה (נפטר געווארן ד' כסלו ה'תשע"ח). זי איז געווען די ווייב פון רבי זאב בערלין, דער גרינדער און ראש ישיבה פון ישיבת גאון יעקב אין בני ברק.
  • רבי משה, דינט אלס א מגיד שיעור אין דער "עטרת שלמה ישיבה". ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי ישראל אשר וואלעס. זיין שוואגער איז געווען רבי ישראל יעקב פישער.
  • רבי שרגא נח, דער ראש ישיבה לצעירים פון "קהילות יעקב אין בני ברק". זיין פרוי איז געווען מרת חנה, די עלטסטע טאכטער פון רבי חיים קאניעווסקי וועלכע איז נפטר געווארן אין יאר 2014.
  • מרת טובה ציפורה, ווייב פון רבי דב שפירא, דער ראש ישיבה פון "יד הלוי - בריסק" אין ירושלים.

פאראייביגונג

דער בירגערמייסטער פון נצרת עילית, רונן פּלאָט, האָט געמאָלדן אַז דער חרדישער געגנט "הר יונה ג'" וועט ווערן גערופן נאָך הרב שטיינמאַן וועלכער האָט געשטיצט זיין גרינדונג.

תלמידים

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. הרב גיבארנאווסקי איז געווען א חברותא פון הרב יצחק יעקב ראבינאוויטש; ער איז נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 40.
  2. זעט נאל וועגן אים
  3. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען כאיל תערוג תשעה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!