רוי:בית יעקב

ווערסיע פון 20:12, 3 יאנואר 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (פארמעקט בילד (חסום בנטפרי), קאטעגאריע, הגהה)

בית יעקב איז דער נאמען פון דעם חינוך נעצווערק פאר מיידעלעך געגרינדעט אין פוילן אין ה'תרע"ז פון שרה שענירער, א קראקעווער נייטארין. זייט דעמאלסט זענען בית יעקב נעצווערק געגרינדעט געווארן אין ישראל און צפון אמעריקע, ווי אויך באזונדערע בית יעקב מיידעלשולעס איבער דער גארער וועלט וואו ס'געפינט זיך פרומע אידן.

דער נאמען איז גענומען פון דעם פסוק

כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב שמות יט ג

אויף וואס חז"ל זאגן: דאס מיינט די יידישע פרויען.

בכדי צו באזארגן לערערינס אין די שולעס האט מען אויפגעשטעלט א סעמינאר. אגודת ישראל האט אריבערגעברענגט פון דייטשלאנד ד"ר שמואל דויטשלענדער צו פירן די סעמינאר, מיט א יונגע לערערין, יהודית ראזנבוים.[1]


בית יעקב שולעס וואו מען לערנט אויף יידיש

רעפערענצן

  דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!