מעדיעוויקי:Explainconflict

ווערסיע פון 15:33, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (ווייניגער שרעקעדיג...)
Echo editreverted alt.svg

אופס... א צווייטער באניצער האט געטוישט דעם בלאט פון ווען איר האט אנגעהויבן אייער רעדאגירונג.

אין די צייט וואס איר האט רעדאגירט דעם בלאט, האבן אויך אנדערע געארבעט דערויף. דאס האט געברענגט א רעדאגירן קאנפליקט. דעריבער, האט מען נישט געקענט היטן אייער רעדאגירונג. אבער נישט געזארגט! אייער ארבעט איז נישט געגאנגען לאיבוד.

אונטן ערשיינען צוויי רעדאגירן קעסטלעך:

  • די אויבערשטע קעסטל צייגט דעם טעקסט אין בלאט ווי עס איז יעצט (אן אייערע טוישונגען).
  • די אונטערשטע קעסטל צייגט דעם בלאט מיט אייערע טוישונגען, ווי עס האט אויסגעקוקט איידער איר האט פרובירט צו היטן דעם בלאט.

וואס דארף איך טון?

  • קוקט נאך די היסטאריע פונעם בלאט און זוכט נאך וואס אנדערע האבן געטוישט אין די צייט וואס איר האט רעדאגירט דעם בלאט.
  • עס איז ראטזאם צו קאפירן פון די אונטערשטע קעסטל דעם טעקסט וואס איר האט צוגעלייגט צום בלאט, און עס אריינשטעלן אין די פאסיגע פלאץ אין די אויבערשטע קעסטל.
  • דרוקט אויפ'ן קנעפל "זעט די חילוקים" (וואס איז אונטער די אויבערשטע קעסטל) און מאכט זיכער אז אלע טוישונגען וואס איר פירט אויס זענען טאקע וואס איר ווילט, און עס איז גארנישט געטוישט געווארן בטעות. ביטע מאכט זיכער אז איר מעקט נישט בטעות אינהאלט וואס אנדערע באניצער האבן צוגעלייגט.
  • בעפאר'ן היטן, איז ראטזאם נאכצוקוקן אז די רעדאגירונג איז ריכטיג אויסגעשטעלט. דרוקט אויפ'ן קנעפל "זעט אויסקוק" צו זען וויאזוי דאס בלאט וועט זיך צייגן נאכ'ן היטן.
  • נאך וואס איר האט זיכער געמאכט אז די טוישונגען זענען ריכטיג צוזאמענגעשטעלט געווארן, אריין אין די אויבערשטע קעסטל, דרוקט אויפ'ן קנעפל "פובליצירט בלאט".