רוי:פארטענאן

ווערסיע פון 10:44, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע")
דער פארטענאן אין אטען

דער פאַרטענאן (גריכיש: Παρθενών) איז א גריכישער טעמפל אויפן אקראפאליס פון אטען, גריכנלאנד. מען האט אנגעהויבן בויען אים אין 447- אין די שפיץ יארן פון דער אטענישער אימפעריע און געענדיקט אין 438-.

דעם 26סטן סעפטעמבער 1687 איז דער פארטענאן טיילווייז אומגעווארפן צוליב דעם אויפרייס פון א געווער מאגאזין וואס האט געכאפט אן ארטילעריע־קויל אין דער מלחמה צווישן ווענעדיג און די אטאמאנער.

אין 1806 האט גראף עלגין, מיט רשות פון דער אטאמאנישער אימפעריע, גענומען עטליכע איבערגעבליבענע סקולפטורן פונעם פארטענאן, און האט זיי פארקויפט אין 1816 צום בריטישן מוזעאום, וואו מ'קען זיי היינט זען. די סקולפטורן ווערן גערופן די "עלגין מארמארשטיינער".


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!