רוי:סאודי אראביע
קעניגרייך פון סאודי אראביע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: לאַנג זאל לעבן דער מלך | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | אראביש | ||||
הויפּטשטאָט | ריאד | ||||
רעגירונג | קעניגרייך | ||||
מלך פּרעמיער מיניסטער |
סאלמאן | ||||
גרינדונג דאַטום |
פאַרבאַנד פון הידזשאַז און נעדזשד 18טן סעפטעמבער 1932 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
2,149,690 קוואַדראַט ק"מ 13 0.7 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
27,136,977 46 12.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $622,500 מיליאן (22סט) | ||||
וואַלוטע | סאודי ריאל | ||||
צייט זאָנע | 3+ | ||||
אינטערנעט דאָמען | sa, السعودية. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 966+ |
סאודי אראביע אדער סאודיע[lower-alpha 1] (אפיציעל קעניגרייך פון סאודי אראביע),[lower-alpha 2] איז אן אראביש לאנד אין מערב אזיע וואס נעמט איין דעם גרעסטן טייל פון דעם אראבישן האלבאינזל. דאס לאנד האט א שטח פון 2,150,000 ק"מ2 און איז מיט דעם דאס גרעסטע לאנד אינעם מיטל מזרח, דאס 5ט-גרעסטע לאנד אין אזיע און דאס 2ט-גרעסטע לאנד אין דער אראבישער וועלט נאך אלזשיר. סאודי אראביע האט גרעניצן מיט ירדן און איראק צו צפון און צפון־מזרח, קואווייט, קאטאר, באכריין און די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן צו מזרח, אמאן צו דרום־מזרח, און תימן צו דרום. דער איינגאס פון אקאבע טיילט עס פון ישראל און עגיפטן. דער פערסישער איינגאס ליגט צפון־מזרח און דער ים סוף צו מערב. זי האט א באפעלקערונג געשאצט צו 28 מיליאן, און זי באדעקט א שטח פון 2,149,690 קוואדראט ק"מ. די איינציקע אפיציעלע שפראך איז אראביש.
די הויפטשטאט איז ריאד.
היסטאריע
אין 1995 האט דער מלך פאהד געליטן א בלוטשטורץ, און דער קרוין פרינץ, אבדאללא האט איבערגענומען פראקטיש ווי רעגענט.
אין 2005 האט מען געהאלטן צום ערשטן מאל מוניציפאלע וואלן איבערן גאנצן לאנד; פרויען האבן נישט געהאט קיין רעכט צו שטימען.
עקאנאמיע
די הויפט ארבעט מיט וואס סאודי אראביע באשעפטיגט זיך איז נאפט, און דאס לאנד איז איינע פון די רייכסטע לענדער אין מיטל מזרח, און איז פון די גרעסטע נאפט פראדוצירער איבער דער וועלט. סאודי אראביע איז א מיטגליד אין אפעק.
פון אן אקטאבער 2018, איז סאודי אראביע די גרעסטע עקאנאמיע אין דעם מיטל מזרח און די 18ט גרעסטע אין דער וועלט.[1] סאודי אראביע האט דער וועלט'ס צווייט־גרעסטע באוואוסטע נאפט רעזערוון און דאס לאנד איז דער גרעסטער עקספארטירער פון נאפט.[2][3] אויך האט זי די פינפט־גרעסטע אויפגעוויזענע רעזערוון פון נאטירלעכן גאז. סאודי אראביע ווערט גערעכנט אן "ענערגיע סופערמאכט".[4][5] זי האט דעם דריט־העכסטן געשאצטן ווערט פון נאטירלעכע רעסורסן, געשאצט ווי US$34.4 טריליאן אין 2016.[6] סאודי אראביע'ס פלאנירטע עקאנאמיע איז נאפט־באזירט; אומגעפער 63%[7] פון בודזשעט הכנסות און 67%[8] פון עקספארט פארדינסטן קומען פון דעם אויל אינדוסטריע. דאס לאנד איז שטארק אפהענגיק אויף פרעמדע ארבעטער, און אומגעפער 80% פון מענטשן באשפעטיקט אין דעם פריוואטן סעקטאר זענען נישט סאודישע בירגער.[9][10]
די נאפט אינדוסטריע איז אומגעפער 45% פון סאודי אראביע'ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט, אין פארגלייך מיט 40% פונעם פריוואטן סעקטאר (see below). סאודי אראביע האט אפיציעל אומגעפער 260 ביליאן פעסער (4.1×1010 מ3) פון נאפט רעזערוון, וואס באשטייט א פינפטל פון דער וועלט'ס דערוויזענע נאפט רעזערוון.[11]
חלק פון וועלט'ס בא"פ (קק"פ)[1] | |
---|---|
יאר | חלק |
1980 | 2.73% |
1990 | 1.64% |
2000 | 1.42% |
2010 | 1.36% |
2017 | 1.40% |
לאנדווירטשאפט
ערנסטע לאנדווירטשאפט אויף א גרויסארטיקן אופן האט אנגעהוין אין די 1970ער יארן. די רעגירונגן האט געלאזט אין גאנץ א ברייטן פראגראם צו פראמאווירן מאדערנע פארמעריי טעכנאלאגיע; צו גרינדן דארפישע שאסייען, באוואסערונג נעצווערק און שפייכלערן און עקספארט איינארדענונגען; און צו דערמוטן לאנדווירטשאפט־פארשונג און טרענירן אנשטאלטן. א דאנק דערצו איז אויסגעקומען א פענאמענאלישע וואוקס אין דער פראדוקציע פון אלע גרונטלעכע עסנווארגן. סאודי אראביע איז אצינד אינגאנצן גענוגיק פאר זיך אין עטליכע עסנווארגן, איינשליסנדיק פלייש, מילך און אייער. דאס לאנד עקספארטירט ווייץ, טייטלען, מילך פראדוקטן, אייער, פיש, עופות, פרוכט, גרינסן און בלומען צו מארקן ארום דער וועלט. אויך וואקסן סאודישע פארמערס היפשע קוואנטיטעטן פון אנדערע תבואות ווי גערשטן, סארגהום און הירזש און. אין 2016 האט מען אויפגעהערט פראדוצירן ווייץ כדי צו פרעזערווירן וואסער רעסורסן.[12]
אזוי אויך האט דאס קעניגרייך פון די מאדערנסטע און גרעסטע מילך־פארמען אין דעם מיטל־מזרח. מילך פראדוקציע איז גאר הויך מיט א יערליכער פראדוקציע פון 6,800 ליטער א קו, איינע פון די העכסטע אין דער וועלט.
וואסער פארזארגונג און רייניקונג
וואסער פארזארגונג און רייניקונג אין סאודי אראביע ווערן כאראקעריזירט דורך אינוועסטירונג אין זאלצוואסער דעסאלינירונג, וואסער פארטיילונג, קאנאליזאציע און אומריין־וואסער באהאנדלונג, וואס ברענגט צו א היפשער פארמערונג אין צוטריט צו טרינקוואסער און רייניקונג איבער די לעצטע יארצענדליקונגען. אומגעפער 50% פון טרינקוואסער קומט פון דעסאלינירונג, 40% פון דעם מינעריי פון נישט־באנייבאר גרונטוואסער און 10% פון אייבערפלאך־וואסער, ספעציעל אין דעם בערגיקן דרום־מערב פון לאנד. די הויפטשטאט ריאד, פלאצירט אין הארץ פון לאנד, ווערט פארזארגט מיט דעסאלינירט וואסער געפאמפט פון דעם פערסישן איינגאס איבער א דיסטאנץ פון 467 ק"מ. אזוי ווי דאס לאנד איז רייך מיט נאפט, פארזארגט מען וואסער כמעט אומזיסט. באדינונג קוואליטעט אבער בלייבט שוורך. צום ביישפיל, אין ריאד איז וואסער געווען צו באקומען נאר איינמאל יעדע 2.5 טעג אין 2011, און אין דזשעדאה נאר איינמאל יעדע 9 טעג.[13] זייט 2000, פארלאזט זיך די רעגירונג מער אויפן פריוואטן סעקטאר צו אפערירן וואסער און רייניקונג אינפראסטרוקטור, אנהייבנדיק מיט דעסאלינירונג און אומריין־וואסער באהאנדלען פאבריקן. זייט 2008, דעלעגירט מען אויך אפעראציע פון שטאטישע וואסער פארטיילונג סיסטעמען ביסלעכווייז צו פריוואטע פירמעס.
הערות
- ↑ אַראַביש: מוסטער:Big or
- ↑ אַראַביש: מוסטער:Big , Arabic pronunciation (help·info)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןimf2
- ↑ "Saudi Arabia". OPEC. 1טן יאנואר 1995. Retrieved 28סטן סעפטעמבער 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help) - ↑ "OPEC Decides Not To Increase Oil Production", Jeff Brady. NPR. 8טן יוני 2011. דערגרייכט דעם 19טן אויגוסט 2011
- ↑ "Saudi Arabia's first step towards clean energy technologies". UNDP. Archived from the original on 28סטן מאי 2012. Retrieved 5טן פעברואר 2012.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Balamir Coşkun, Bezen (Winter 2009). "Global Energy Geopolitics and Iran" (PDF). Uluslararası İlişkiler. 5 (20): 179–201. Archived from the original (PDF) on 1 April 2014.
{{cite journal}}
: Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Anthony, Craig (12טן סעפטעמבער 2016). "10 Countries With The Most Natural Resources". Investopedia.
{{cite web}}
: Check date values in:|date=
(help) - ↑ By Nayla Razzouk and Claudia Carpenter. "Saudi Arabia Sees Higher Oil Revenue as OPEC Cuts Boost Prices". www.bloomberg.com.
- ↑ Exports, https://atlas.media.mit.edu/en/profile/country/sau/
- ↑ Coy, Peter (16 July 2014). "Online Education Targets Saudi Arabia's Labor Problem, Starting With Women". Bloomberg Businessweek.
Saudi citizens account for two-thirds of employment in the high-paying, comfortable public sector, but only one-fifth of employment in the more dynamic private sector, according to the International Monetary Fund (PDF).
- ↑ Economists "estimate only 30–40 percent of working-age Saudis hold jobs or actively seek work," the official employment rate of around 12 percent notwithstanding: Angus McDowall (19טן יאנואר 2014). "Saudi Arabia doubles private sector jobs in 30-month period", Reuters.
- ↑ "World Proved Reserves of Oil and Natural Gas, Most Recent Estimates". Eia.doe.gov.
- ↑ "Saudi Arabia ends domestic wheat production program". Retrieved 8טן אקטאבער 2018.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Global Water Intelligence: Becoming a world-class water utility, April 2011
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!