רוי:דארבי מוזעאום און קונסט גאלעריע
דארבי מוזעאום און קונסט גאלעריע איז געגרינדעט געווארן אין 1879, צוזאמען מיט דארבי צענטראלער ביבליאטעק, אין א נייער געביידע אויסגעפלאנעוועט דורך ריטשארד ניל פרימאן און געגעבן געווארן צו דער שטאט דארבי דורך מייקל טאמאס באס, א ברייער וואס האט געוואוינט אין דארבי. די זאמלונג אנטהאלט א גאנצע גאלעריע וואס צייגט די מאלערייען פון זשאזעף רייט פון דארבי ; אויך איז דא א גרויסער אויסשטעל פון קעניגלעכע קרוין דארבי און אנדער פארצעליי פון דארבי און דעם ארומגעגנט. אנדערע אויסשטעלן זענען ארכעאלאגיע, נאטירלעכע היסטאריע, געאלאגיע און מיליטערישע זאמלונגען. . די קונסט גאלעריע איז אפן זייט 1882.
היסטאריע
די מוזעאום גייט צוריק צו דער פארמירונג, דעם 10טן פעברואר 1836, פון דער דארבי שטאט און קאנט מוזעאום און נאטירלעכע היסטאריע געזעלשאפט. זי איז געווען א פריוואטע געזעלשאפט פינאנצירט דורך די ביישטייערונגען פון די מיטגלידער.
זעט אויך
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: דארבי מוזעאום און קונסט גאלעריע |
רעפערענצן
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!