רוי:ספר חרדים
ספר חרדים איז דער ספר וואס ר' אלעזר אזכרי האט מחבר געווען אין צפת אינעם יאר ה'שמ"ח, און עס איז געדרוקט געווארן צום ערשטן נאך וואס דער מחבר איז געשטארבן אינעם יאר ה'ש"ס. דער ספר איז גערעכנט ביי די חרדים ווי א יסודותדיקער מוסר ספר.
דער ספר באנעמט זיך מיט די יסודות האמונה, מוסר און יראת ה', און שטעלט זיך אנטקעגן דעם דרך פון איינפירן תעניתים און סיגופים.
דער ספר איז אוועק געשטעלט אויפן פסוק: "כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך" און צעטיילט די מצוות לויט די גלידער פון דעם מענטשן. מצוות וואס זענען תלוי מיט די הארץ, מיט די אויגן, מיט דאס מויל, מיט די אויערן, מיט די נאז, מיט די הענט, מיט די פיס און מיט דעם גאנצן קערפער.
אין סוף ספר בריינגט ער עטלעכע דיכטונגען, און די באוווסטע פון זיי איז "ידיד נפש".
הר"ר אברהם דאנציג (מחבר ספר "חיי אדם") האט מחבר געווען א קיצור ספר חרדים.
לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!