רוי:שומרון

ווערסיע פון 23:06, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זיינען" ב־"זענען")
שומרון

שומרון איז געווען די הויפטשטאט פון מלכות ישראל.

גרי אריות

נאך וואס אשור האט איינגענומען שומרון פון מלכות ישראל און האט באפעלקערט די פרעמדע פעלקער האבן זיי געזינדיקט און נישט געדינט גאט, און גאט האט זיי געשטראפן און זיי געשיקט לייבן. ווען די לייבן האבן גענומען צורייסן מענטשן פון די איינוווינערס, האט דער קעניג פון אשור באלד געשיקט צו די איינוווינערס כהנים זאלן לערנען מיט זיי ווי אזוי גאט צו דינען.

פון וועגן די געשיכטע, האבן די חז"ל גענוצט די אויסדרוק פון גרי אריות צו אנצייכענען אזעלכע וואס דינען גאט פון געצווונגנקייט און נישט פון אהבה.

גלות שומרון

אין דאס 722סטער יאר פארן קריסטלעכער ציילונג ווען הושע בן אלה איז געווען קעניג אויף מלכות ישראל, האט שלמנאסר דער קעניג פון אשור איינגענומען די שטאט שומרון, וויבאלד הושע האט נישט געצאלט שטייער פאר אשורס קעניגרייך, און האט געוואלט מורד זיין קעגן אשור. שלמנאסר האט גולה געווען די עשרת השבטים צו אשור. (זעט ספר מלכים ב' פרק י"ז).

נאך וואס די עשרת השבטים האבן גולה געווען קיין אשור, האבן זיי זיך צעמישט מיט די גוים און האבן קיינמאל נישט צוריק געקומען קיין ארץ ישראל. לויט די אידישע טראדיציע וועלן זיי זיך אומקערן נאך וואס משיח וועט קומען.

אין מדרש (בראשית רבא פרק י"א) דערציילט (א לעגנעדע), אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון טייך סאמבאטיאן, וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבער גיין דער טייך, און נאר שבת איז דער טייך רוהיג. לויט די לעגנעדע, וועט משיח זיי אומבריינגען פון דארט ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.

די שומרונים

די שומרונים טענהן, אז הושע דער קעניג פון אשור האט נישט ארויסגעטריבן אלע אידן פון שומרון, נאר א טייל פון זיי, אבער פיל אידן זענען געבליבן אין ארץ ישראל און האבן נישט גולה געווען. דעריבער לויט זייער מיינונג הייסן זיי אויך אידן, און פירן זיך מיט אנדערע מצוות ווי די אלגעמיינע אידן פון מלכות יהודה. אבער די אידישע ארטאדאקסן טענה'ן אז זייערע אידישע מנהגים שטאמט פון די געשיכטע מיט די לייבן, אבער זיי זענען נישט קיין אידן.

די ארכעאלאגיער האבן געפונען א מצבה וואס איז אויף איר אויסגעטשעטשעט אז נאר 27290 פון די שומרוינער האבן גולה קיין אשור, אזעלכע טענהן אז לויט די אויסגעפין קען מען בריינגען א ראיה אז טאקע נאר א טייל אידן גולה געווען קיין אשור, און א טייל זענען געבליבן אין ארץ ישראל.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!