רוי:גוגל (זוכמאשין)

ווערסיע פון 23:00, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וויפל" ב־"וויפיל")
Google 2015 logo.svg

גוגל איז א זוכמאשין וואס איז פארשפרייט דורך דער גוגל פירמע. זי איז היינט די פאפולערסטע זוכמאשין אויף דער אינטערנעץ, וואס באהאנדלט יעדן טאג הונדערטע מיליאנען בקשות צו טרעפן אינהאלט אין וועב ערטער מיט אירע גארע באדינסטן.

בלאט ראנג

דער אויפטו פון דער גוגל זוכמאַשין איז געווען אין דער בלאַט ראַנג סיסטעם, אויף וועלכע די צוויי גרינדערס האָבן געשריבן אַ פּאַפּיר זייענדיג נאָך אין סטענפאָרד. דער בלאַט ראַנק סיסטעם האָט אויסגעאַרבעט אַ ווערט פאַר יעדן וועב בּלאַט, געבויט הויפטזעכליך אויף די צאָל לינקס צו דעם בלאַט און דער בלאַט ראַנק פון די וועב בלעטער וואס לינקן אהין.

זייער חשבון אז וועלכעס סייטס עס האט די מערסטע לינקס ברויך זיין פאפולער אויפן אינטערנעט. דערפאר טוט זי שטופן די דאזיגע סייטס פארן זוכער אין די נאז. גוגל איז דאך א ראבאטישער פראגראם און קען נישט וויסן וויפיל טראפיק א וועב סייט האט באמת. ער קען נאר מאכן סייענטיפישע טעאריע'ס פארוואס א וועב סייט איז, אדער ברויך זיין, פאפולער. און לויטן אנפירונג פון דעם ביזנעס חשבון פון זייערע טעכניקער מאכט דאס א סייט וואס האט מער לינקס מער פאפולער, דורך דאס מער עקספאוזען פאר די מענטשהייט, און דאס באגראבט רעלאטיוו די חשיבות פון אנדערע סייטס.

אינטערסאנטע זאכן וואס מ'קען טאן מיט גוגל

  1. אז איר לייגט אריין א טעלעפאן נומער וועט ארויף קומען דער נאמען און אדרעס פון איר בעל הבית.

Google Suggest

‫ווי נאר איהר לייגט אריין א אות אין דעם "זוך" קעסטל, קומט תיכף ארויף א ליסט מיט ווערטער וועלכע פאנגען זיך אן מיט דעם אות. ווען איהר לייגט אריין נאך אן אות, וועט עס ווייזען ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיט די צוויי אותיות, און אזוי ווייטער. ווען איהר קליקט אויף א ווארט פיהרט גוגל דורך א זיך-אקציע אויף דעם ווארט.

גוגל אויף יידיש

עס איז מעגליך צו זוכן נייעס און וועב בלעטער אויף יידיש.

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!