רוי:זוכמאשין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א זוכמאַשין איז א דינסט אין דעם פעלד פון קאמפיוטעריי צו זוכן טעקעס און אינפארמאציע. בפרט ניצט מען א זוכמאשין צו טרעפן אינפארמאציע אויף דער אינטערנעץ, מען ניצט א זוכמאשין אויך צו זוכן א דאטן באהאלטער אויף איין ארט ווי למשל אלע דאטן אויף א געוויסן קאמפיוטער אדער א קאלעקציע פון שאלות ותשובות אדער אנדערע ספרי קודש אויף א סידי אדער אן אנדער סארט איינשפייכלערונג.

די זוכמאשינען אויפן וועלטגעוועב ניצן ראבאטן צו שאפן אינדעקסן דורך וועמען מען קען גאנץ גיך אויסטרעפן די רעזולטאטן פון א זוך.

היינט איז גוגל דער מערסט באקאנטער אינטערנעץ זוכמאשין, אויך איז דא יאהו. פון די אלטע זוכמאשינען איז פאראן Lycos וואס איז ערשט דערשינען אום 1994 אין קארנעגי מעלאן אוניווערסיטעט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!