רוי:אסיפ מאנדעלשטאם

ווערסיע פון 22:49, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ")

 

אסיפ מאנדלשטאם, 1914

אָסיפּ עמיליעוויטש מאַנדעלשטאַם‎‎ (רוסיש: Осип Эмильевич Мандельштам; ‏1891 – 27סטן דעצעמבער 1938), באקאנט אויף יידיש ווי יוסף מאנדלשטאם, איז געווען איינער פון די גרעסטע רוסישע דיכטער פונעם 20טן יאָרהונדערט, אַ ייִד לויט דער אָפּשטאַמונג.

ער איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע (דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע) אין אַ רייכער אויפגעקלערטער ייִדישער משפּחה, וועלכע האָט געהאַט אַ וווינרעכט אויסער די גרעניצן פון תחום-המושב. אין 1897 האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין פּעטערבורג, וואוּ דער קומענדיגער דיכטער האָט פאַרענדיקט אַ רוסישע מיטלשול. אין 1908 – 1910 האָט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם זיך געלערנט אין סאָרבאָן און אינעם היידעלבערגער אוניווערסיטעט. אין 1911 האָט ער זיך געשמדט כדי האָבן אַ מעגלעכקייט זיך לערנען אינעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט. טראָץ דעם, האָט ער אָפּגעהיט אַן אינטערעס צו דער יידישער טעמאַטיק. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין 1910. באַנאַנד מיט אָריגינעלער פּאָעטישער שאַפונג האָט מאַנדעלשטאַם זיך פארנומען אויך מיט איבערזעצונגען און מיט טעאָריע פון ליטעראַטור.

אין נאָוועמבער 1933 האָט דער דיכטער אָנגעשריבן אַן אַנטי-סטאַליניסטישע עפּיגראַם און זי פאָרגעלייענט פאַר אַ קליינעם עולם. באָריס פּאַסטערנאַק האָט עס אָנגערופן "זעלבסטמאָרד". אין מיי 1934 איז אָסיפּ מאַנדעלשטאַם אַרעסטירט און פאַרשיקט געוואָרן. אין מיי 1937 האָט מען אים דערלויבט זיך באַזעצן אין מאָסקווע. אין מיי 1938 איז אָסיפּ אַנדעלשטאַם אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מען האָט אים פאַרשיקט אין אַ לאַגער אויפן ווייטן מזרח. אין דעצעמבער פון דעם זעלבן יאָר איז ער געשטאָרבן פון טיפוס אין לאַגער ניט ווייט פון וולאַדיוואָסטאָק.

יידישע איבערזעצונגען פון אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס לידער האָבן זיך באַוויזן נאָר אין נאָך-סאָוועטישן פּעריִאָד. אין 1993 איז אין מאָסקווע דערשינען דאָס בוך "מיין קליינע אַנטאָלאָגיע פון דער רוסישער דיכטונג אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט". אין אים זענען אַריין איבערזעצונגען געמאַכטע דורך אהרן ווערגעליס, בתוכם 5 אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס לידער. דעם גרעסטן בייטראָג אינעם איבערזעצן אין ייִדיש ווערק פון מאַנדעלשטאַמען האָט געמאַכט משה יואל מאַטווייעוו. ער האָט פאַרעפנטלעכט זיי אינעם אַמעריקאַנער וועב-זשורנאַל "דער באַוועבטער ייִד", ווי אויך אינעם פּעטערבורגער זשורנאַל "דער נייער פריינד". באַזונדערע לידער פון מאַנדעלשטאַמען זענען איבערגעזעצט געוואָרן דורך מרדכי ליטווין און וועלוול טשערנין.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!