רוי:דראגאמירעשט
|
דראַגאָמירעשט אדער גראַגמערעשט (רומעניש: Dragomireşti; אונגאַריש: Dragomérfalva) איז אַ קליין שטעטל אין מאַראַמאָראָש, רומעניע, 42 ק"מ דרום־מזרח פון סיגעט. איר באַפעלקערונג איז 3,132 (2002).
די אידישע קהילה
לויט די צענזוסן, האָבן אין דראַגאָמירעשט געוואוינט אין 1877 325 אידן, און אין 1920 איז די צאָל אידן געווען 756, און זיי זענען באַשטאַנען 28 פּראָצענט פון די איינוואוינער.[1] אין 1941 זענען געווען אין דראַגאָמירעשט 684 אידן. היינט צוטאָג (2013) זענען דאָרטן קיין אידן ניטאָ.
די ערשטע אידן זענען אָנגעקומען אין דראַגאָמירעשט אין דעם ערשטן דריטל פון דעם אַכצנטן יאָרהונדערט. צום סוף פון דעם יאָרהונדערט האָט זיך דאָרט איינגעאָרדנט אַ קהילה וואָס איז באַשטאַנען פון קאָסאָווער חסידים פון גאַליציע און פּאָדאָליע. פרנסה האָבן די אָרטיקע אידן געהאַט פון האַנדלן אין תבואה און אין שאָף, און פון האָלץ און ערד ווירטשאַפט. אין דער שטאָט האָט מען אויפגעבויט אַ שול און אַ חסידישן בית־מדרש, אַ מקווה מיט אַ בית־עולם.
דער ערשטער רב פון דער קהילה איז געווען הרב משה שטערן. אָנהייבנדיק פון 1903 האָט געדינט אַלס רב ר' יצחק מאיר שוואַרץ וואָס האָט געשריבן עטלעכע חיבורים. אין 1911 האָט ר' מנחם מענדל שפּירא אָנגענומען דעם אַמט, און דער לעצטער רב איז געווען ר' משה ישראל פעלדמאַן וועלכער איז אויך געשטאַנען בראש פון אַ ישיבה אין שטעטל. אין דער ישיבה האָבן געלערנט ביי 45 תלמידים, און זי האָט דערלעבט ביז דעם חורבן אייראָפּע.
ווען מ'האָט גענומען פאַרניכטן דעם אונגאַרישן אידנטום אין פרילינג פון 1944, איז געבויט געוואָרן אין צענטער פון דאָרף אַ געטאָ אין וועלכן מען האָט געטריבן אַלע היגע אידן ווי אויך די אידן פון אַרומיקע דערפער. סך־הכל זענען אין דעם געטאָ געווען לערך 2,000 מאַן. אויף דעם פופצנטן מאַי האָט מען אַלע אידן געטריבן צופוס אויף 25 קילאָמעטרישן רייזע קיין ווישעווע, דאָרט האָט מען זיי אַרויפגעלאָדנט אויף באַנען וועלכע האָבן זיי געפירט אין אוישוויץ, וואו רוב פון זיי זענען אומגעקומען.
לערך פופציג פון די אידישע איינוואוינער האָבן זיך אומגעקערט אַהינצו נאָכן חורבן, אָבער מיט אַ קורצע צייט שפּעטער האָבן זיי אַלע פאַרלאָזן די שטעטל און רוב זענען אַרויף אין ארץ ישראל.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!