רוי:נארד ריין-וועסטפאליע

ווערסיע פון 18:24, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")
נאָרד ריין־וועסטפאַליע
Nordrhein-Westfalen
פאן נאָרד ריין־וועסטפאַליע
הערב נאָרד ריין־וועסטפאַליע
פאָן הערב
אָרט פון נאָרד ריין־וועסטפאַליע
שפּראַכן סטאַנדאַרט דייטשיש, נידערדייטש
הויפּטשטאָט דיסלדאָרף
גרינדונג דאַטום 23סטן אױגוסט 1946
שטח 34,088.01 קוואַדראַט ק״מ
באַפעלקערונג צאָל 17,845
באַפעלקערונג געדיכטקייט 523 איינוואוינערס אַ קוואַדראַט ק״ם
פרעמיער מיניסטער האַנעלארע קראַפט
אָפיציעלער קאָד DE-NW
וועב זייט www.nrw.de

נאָרד ריין־וועסטפאַליע, אדער צפון ריין־וועסטפאַליע (דייטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דייטשלענדיש לאַנד, וואָס געפינט זיך אין מערב־דייטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפעלקערונג צווישן אלע דייטשע לענדער מיט 17,878,000 איינווױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק"וו ק"ם: דאָס פיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מיינסט געדיכט באַווױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געוואָרן אין 1946 ווי אַ סכום פון פריערדיקע פּרייסישע פּראָווינצן ריינלאַנד (נאָר די צפונדיקע טייל) און וועסטפאַליע.

באַפעלקערונג

דאָס האַרץ פונעם לאַנד איז די רור געגנט, וואָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן איינווױנערס די מערסטן באַפעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דייטשלאַנד. פונדעסטוועגן, די צוויי גרעסטע שטעט קעלן (די פירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אייגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פאָלגנדיקע:

פּאָזיציע נאָמען באַפעלקערונג, צאָל 2010 שטח, ק"וו ק"ם געדיכטקייט, אַ ק"וו ק"ם
1 קעלן 1,000,660 405.15 2,470
2 דיסלדאָרף 586,564 217.01 2,703
3 דאָרטמונד 580,688 280.37 2,071
4 עסן 575,027 210.38 2,733
5 דיסבורג 501,564 232.81 2,154
6 באָכום 385,626 145.43 2,652
7 וואוּפּערטאַל 359,237 168.37 2,134
8 בילעפעלד 326,925 257.83 1,268
9 באָן 312,818 141.22 2,215
10 מינסטער 270,868 302.91 894



  דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!