נאך א שעה

אין א הייזל אין אן אלטן, זיצט א איד ר' יענקל,
טאג און נאכט ביים מכלול זיצט ער, שרייבט דארט אן ארטיקל,
פאר וועמען איז אט דער המכלול גאר אן א חסרון?
פארן מלך המשיח, באלד קומט ער צו פארן!

אך ווי טייער, אין לשער,
ס'קומען גוטע יארן!
נאך א טאג, נאך א שעה
און ער קומט צו פארן!

עפ"י ר' יו"ט עהרליך

המכלול, דארפסט זיך גארנישט שעמען

הערט נאר אויס א מעשה ליבע אידן,
מיינע צרות אלץ א מִכְלוֹלָאִי,
איך בין נישט געווען אזוי צופרידן,
פון אן ערך נישט אזוי כראוי,

איינער פון די עורכי אספקלריה,
טיכטיג אויסגעמישט האט דארט די יוצרות,
אויסגעמעקט, געמאכט א קפנדריא,
אנגעפילט מיט גרייזן גאנצע אוצרות,


"עדכון הערך" כ'גיי און בעט דעריבער,
ויקיפדיה'ס גליקן באלד דערזעה איך,
דער ענגלישן פרוביר איך זעצן איבער,
דארטן אויך עס פעלט א טעם וריֶח,

הַמִּכְלוֹל, דארפסט זיך גארנישט שעמען,
ניטאמאל איז דא בכלל פאר וועמען...

שווערמער

נענטער ווי ווייטער

מ'איז נענטער ווי ווייטער צום זייטל א שיינער,
מיר קומען אן נענטער און נענטער צום ציל;
ווי נענטער מיר זענען פארשטייט יעדער איינער,
צו ארבעטן ווייטער נישט ווערן פארשפילט;
מ'איז נענטער צו האבן המכלול א ריינער,
מיט אינפארמאטיווע ארטיקעלעך פיל.
רבותי! זייט גרייט צו אנטפאנגען א חידוש,
פארווירקליכט א חלום: המכלול אין אידיש!!

שווערמער