רוי:מרדכי הלל קראשניץ

ווערסיע פון 02:47, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאראייניקטע" ב־"פאראייניגטע")

 

מרדכי הלל קראָשניץ (‏6טן יאנואר 191518טן מאי 1998) איז געווען א יידישער שרייבער, רעדאקטאר און זשורנאליסט, איינער פון די פירער פון דער שארית הפליטה אין דייטשלאנד, און א ציונישער עסקן.

לעבנסגעשיכטע

מרדכי הלל קראשניץ איז געבוירן געווארן דעם 6טן יאנואר 1915 אין באראנאוויטש, פוילן (היינט בעלארוס) צו זיינע עלטערן יעקב קראשניץ און רבקה-לאה (גאלדבערג). ער האט געלערנט אין חדר, און פארענדיקט מיטלשול אלס עקסטערן, געענדיקט האנדלס-קורסן און העכערן-קורס פאר עקאנאמישער פלאנירונג.

אין 1936 האט ער געהייראט זיין ווייב מינא־תמר אין ווילנע.

ער האט עולה געווען קיין ישראל אין 1949 פון די שארית-הפליטה לאגערן אין דייטשלאנד.

פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה געווען טעטיק אין דער "פועלי ציון" (צ.ס.) פארטיי און איר יוגנט-באוועגונג "פרייהייט". אין די יארן 1933 – 1936 געווען סעקרעטאר פון ראיאן-קאמיטעט "פועלי ציון" (צ.ס.) אין ווילנע און אומגעגנט ווי אויך פון ווילנער ראיאן-קאמיטעס "פרייהייט". געפירט יוגנט-קאלאניעס, באזוכט מיט רעפעראטן די ווילנער-פראווינץ און ארויסגעגעבן העקטאגראפירטע אויסגאבן. געדרוקט ארבעטן וועגן יוגנט פראבלעמען אין "דעס ווארט" (ווארשע) א.א.

א געוויסע צייט (1933 – 1934) געווען א מיטארבעטער פון היסטאריש-עטנאגראפישן אינסטיטוט א.נ. פון ש. אנסקי אין ווילנע צוזאמען מיטן שרייבער א.י. גאלדשמידט ז"ל. פארעפנטלעכט ארטיקלען אין פראווינצער פרעסע.

אין יאר 1936 אריבער וואוינען אין ווארשע און געווארן אקטיוו אין דער פראפנעסיאנעלער באוועגונג, באזונדערס אין דער דריטער אפטיילונג פונעם פאראיין פון ביורא-און האנדל-אנגעשטעלטע. געשריבן אין "פיאָנער" (1939). ארגאניזירט און אנגעפירט א יוגנט-קאָלאָניע ביי לעגיאנאווע, הינטער ווארשע.

אנטלאפן פון ווארשע, דעם 6-טן סעפטעמבער, 1939, אין ראיאן-שטעטל לופטש ביים נעמאן. שטודירט, דורך קארעספאנדענץ, עקאנאמישע פלאנירונג און אנגעפירט מיט דער "עקאנאמישער פלאניר-אפטיילונג פון ראיאן". געדרוקט פון צייט צו צייט סקיצן און פארצייכענונגען אין מינסקער "אקטיאבער". געהאלטן לעקציעס וועגן די קלאסיקער פון דער יידישע ליטעראטור.

נאך דער מלחמה געווען פארשטייער פון צענטראל-קאמיטעט פועלי ציון (צ.ס.) אין פוילן פאר אויבערשלעזיע. ארויסגעטראטן מיט רעפעראטן אויף פאליטישע, ליטערארישע און קולטור-געזעלשאפטלעכע טעמען איבער די שטעט פון אויבערשלעזיע. געשריבן אין "אונזער ווארט" (לאדזש).

אויגוסט 1946, געקומען קיין מינכעןדייטשלאנד. געווען דארט לייטנדער מיטגליד פון צענטראל-קאמיטעט פועלי ציון (צ.ז.) געפירט די קולטור-דערציערישע און אויפקלערערישע טעטיקייט פון דער פארטיי. פארפאסט פלוג-בלעטלעך און אויפרופן פון דער פארטיי און פון דער ליגע פארן ארבעטנדן א"י. געווען שעף-רעדאקטאר פון "באפרייאונג" (צענטראל ארגאן פון פועלי ציון צ.ס. אין דייטשלאנד). מיטגליד פון צענטראלן ראט פון דער שארית-הפליטה אין דייטשלאנד. אקטיווער פארוואלטונגס-מיטגליד פונעם יידישן שרייבע-פאראיין אין מינכען. מיטגליד אין פארשיידנענע צענטראלע אינסטאנצן פון דער שארית-הפליטה אין דייטשלאנד.

1948 זיך באטייליגט אינעם אלוועלטלעכן יידישן קאנגרעס אין מאנטרע (שווייץ). באזוכט די לאגערן פון דער שארית-הפליטה אין דייטשלאנד און די גרעסערע געמיינדעס מיט רעפעראטן און לעקציעס. אנגעפירט מיטן מגבית (קאמפיין) אין א ריי פראווינצן פון דייטשלאנד, אין צייט פון די באפרייאונגס-קאמפן אין ישראל.

אין ישראל געווען מיטגליד פון צענטראל-קאמיטעט פון מפ"ם (ווי א פארשטייער פון "אחדות העבודה" פראקציע) שפעטער מיטגליד אין צענטראל-קאמיטעט פון "אחדות העבודה". ביים היינטיגן טאג אן אקטיווער טוער פון מפא"י, מיטגליד פונעם פארטיי-ראט, אקטיווער טוער פון דער הסתדרות און סעקרעטער פון הסתדרות הפקידים אין חיפה, לעקטאר פון מרכז הסברה (אויפקלערונגס-צענטער) ביים קאבינעט פון פרעמיער-מיניסטער און פון דער אפטיילונג פאר קולטור און דערציאונג ביי דער הסתדרות.

טרעט ארויס מיט רעפעראטן איבער די שטעט און דערפער פון חיפהער קרייז און צפון טייל פון לאנד. א לאנגע צייט געלייטעט מיט דער קולטור-טעטיקייט פון פארבאנד פון געוועזענע קאצעטלער אין חיפה.

פאָרזיצער פון דער חיפהער אָפטיילונג פון יידישן ליטעראטן-און זשורנאליסטן-פאראיין אין ישראל און פארשטייער אין דער פארוואלטונג פון שרייבער-פאראיין אין תל אביב. איניציאטאר און רעדאקטעאר פון יארבוך פאר ליטעראטור און קונסט, "חיפה".

ארדנט איין איז די ראמען פון יידישן שרייבער-פאראיין-ליטערארישע אוונטן און באטייליגט זיך אין זיי. ארגאניזירט און פירט אָן דעם ביכער-פארלאג "חיפה" ביים חיפער יידישן שרייבער-פאראיין.

1962 באזוכט די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע און ארויסגעטראטן מיט רעפעראטן אין נאמען פון פאראייניקטן קאמפיין, פון הסתדרות קאמפיין, און פון דער פועלי ציון פארטיי. אויך אויף דער ראדיא-שעה פון קולטור-קאנגרעס.

ליטעראטן און זשורנאליסטן אקטיביטי

אנגעהויבן צו שרייבן 16 יאר אלט, אין יאר 1931, אינעם יוגנט-זשורנאל "פרייהייט".

פארעפנטליעכט ארטיקלען אויף יוגנט-טעמען אין טאג-צייטונג "דאס נייע ווארט" (ווארשע), געשריבן אין פארשיידענע פראווינצטער צייטונגען. 1939, פארעפנטלעכט ארטיקלען אין "פיאנער" (ווארשע). אין די יארן 1940 – 1941, אין מינסקער "אקטיאבער". 1946, געדרוקט אין "אונזער ווארט" (לאדזש). 1947, רעדאגירט "באפרייאונג", צענטראל ארגאן פון פועלי ציון (צ.ס.) אין דייטשלאנד. געשריבן ארטיקלען, סקיצן, רעפארטאזשן און ליטערארישע פארצייבענונגען.

נאכן ליקווידירן די "באפרייאונג" רעדאגירט דעם ערשטן נומער "מארגן", ארגאן פון מפ"ם אין דייטשלאנד. מיטגעארבעט אין "דער מארגן" (באד רייכענהאל) "רוף" (מינכען), "חודש בלעטער" פאר ליטעראטור (מינכען), "דרור" (מינכען), "יידישע בילדער" (מינכען), "המשך" – שריפטן פאר ליטעראטור און קולטור-געז. "פראגן" (מינכען, 1949), "נייועלט" (תל אביב), "שורות" (תל אביב), "אידישער קעמפער" (ניו-יארק, 1962), "צוקונפט" (נ.י. 1962), "המשך" (חיפה), "פראבלעמען" (תל אביב), "לערער יזכור-בוך" (נ.י.) און "חיפה", יארבוך פאר ליטעראטור און קונסט (חיפה), פון נומער 1 ביז 4. פארעפנטלעכט דארט פובליציסטישע ארטיקלען, קינסטלערישע-רעפארטאזשן, סקיצן, עסייען, ביבליאגראפישע-ארבעטן, מיניאטורן, דערציילונגען און אייניקע משלים.

מחבר פון פארשיידענע פלוג-בלעטלעך, אויפרופן און פאליטישע וואל-פלאטפארמעס.

ארויסגעגעבן אין בוך-פארם "אייגנס" (1963) "נאטור און מענטש" (1965), "ערד" (1967), מיניאטורן, בילדער, דערציילונגען און עסייען וועגן יידישע שרייבער.

רעדאגירט

  • "באפרייאונג" מינכען 1947-1949.
  • "קראסנאבראד" יזכור בוך, 526 זייטן (1956) אין יידיש און העברעאיש.
  • "חיפה", יארבוך פאר ליטעראטור און קונסט נומערן 1, 2-3 און 4. צוזאמען מיט דוד ראדין. ארויסגעגעבן פון דער היפהער אפטיילונג פון יידישן ליטעראטן- און זשורנאליסטן-פאראיין אין ישראל, תש"ל 1969.

ביכער

  • אייגנס, חיפה: אייגנס, תשכ"ד 1963. (ארטיקלען אויף יידישע שרייבער אונד יידישע ליטעראטור)
  • נאטור און מענטש, חיפה: "חיפה", תשכ"ו 1965. (עסייען)
  • ערד, חיפה: פארלאג חיפה, תשכ"ז. (דערציילונגס)
  • דורות, חיפה: פארלאג חיפה

פסעוודאנימען

מ.ק. צישארק, ק. הלל, מ. ק-ץ, בן יעקב, מ. אדער ק.

ווערט דערמאנט

אין "פון נאענטן עבר" באנד 3, שמערקע קאטשערגינסקי בוך, אין ענגלישן ווערק פון ד"ר פיליפ פרידמאן און ד"ר יעקב ראבינסאן וועגן חורבן ביבליאגראפיע Guide to Jewish History under nazi impact"/ אין רעצענזיעס וועגן "חיפה" נומער 1, 2-3 און 4 אין "אידישע צייטונג" (בוענאס איירעס) פון י. צודיקער און שענדער "די פרעסע" (בוענאס איירעס), פון ד"ר זשיטניצקי, "פארווערטס" פון י. עמיאט, "דער טאג" פון בן ציון גאלדבערג, "דער וועקער" פון מ. זעלדין, "מארגן-פרייהייט" פון י.א. ראנטש, "יידישע קולטור" פון י.א. ראנטש, "אונזער שטימע" (פאריז) פון בארווין פרענקעל, "לעבנס פראגן" (תל אביב) פון גבריאל ווייסמאן, "יידישע צייטונג" (תל אביב) פון א. בראבאן, "פריי ישראל" (תל אביב) א. א. צייטונגען און זשורנאלן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!