רוי:רבי משה בער בעק

ווערסיע פון 02:44, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאראייניקטע" ב־"פאראייניגטע")
רבי משה בער בעק

משה דוב בער הלוי בעק (ג' סיון ה'תרצ"ד - ד' אייר, ה'תשפ"א איז געווען פון די עקסטרעמיסטישער נטורי קרתא גרופע אין אמעריקע וואס זענען פעסט אין קאמפף קעגן ציונות.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין בודאפעשט אין יאר ה'תרצ"ד. ער האט געלערנט אלס בחור אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק, און שפעטער האט ער זיך מצרף געווען צו דער גרופע פון די מורדים דארט. ער האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי וועלוועל אייזנבאך וועלכער איז געווען א סימבאל און א שטאלץ פון די מערקווערדיגע פארצייטישע אידן אין ירושלים, און פון די איינציגער וואס האבן זוכה געווען צו זעהן דעם זעקסטן דור נאך אין זייער לעבן.

אלס בחור ןוען ער פלעגט לערנען אין ישיבה, איז ער קיינמאל נישט ארויס אויף דער גאס אונטערן זון שיין, אזא התמדה האט ער געהאט!

ער פלעגט וואוינען אין מאנסי און געפירט א שול מיטן נאמען "בית יהודי", וואס האט צוויי מאל אפגעפלאקערט.

ער האט ארויסגעגעבן ספרים אויף צניעות, קעגן קרית יואל סקול דיסטריקט און קעגן ציונות און נאך.

איינע פון זיינע קאנטראווערסיעלע שיטות זענען, אז כדי צו בארואיגן די אראבער וואס זענען גערעגט אויף די ישראלים, דארף מען פארן צו זיי, זיך חבר'ן מיט זיי, זיי אויפקלערן אז נישט אלע אידן האלטן ווי די ציונים, ער מיט זיינע מענטשן זענען ספעציעל נאענט געווען מיט יאסיר אראפאט. ער איז געגאנגען עטליכע מאל אים באזוכן, און אויך האט ער זיך געטראפן מיט דעם טרויעריג-בארימטן אנטיסעמיט מאכמוד אכמעדיניזשאד, דער געוועזענער פרעזידענט פון איראן.

עס עקזיסטירן ארום אים עטליכע סארט עלעמענטן, טייל פון זיי קומען אויסדרוקליך צוליב זיין קנאישער שיטה, א טייל קומען בלויז צוליב זיינע שיטות אין אידישקייט און האבן גאר בכלל נישט קיין שייכות אדער זענען גאר קעגן זיינע קנאישע שטיק, א טייל קומען בלויז צוליב דעם וואס זייערע גדולים האבן געהאלטן פון איהם א שטייגער ווי די ריבניצער חסידים נאכדעם וואס זייער רבי און מנהיג חיים זאנוויל אבראמאוויטש האט זיך מורא'דיג נוהג כבוד געווען אין אים, אזוי אויך די מאנטעווידעאר חסידים, און די נאכפאלגער פון קאשויער רב.

זיין ברודער רבי אברהם צבי הלוי בעק איז דער רב פון דער ארטאדאקסישער קהילה "עדת ישראל" אין מעלבארן אויסטראליע. געבוירן תרפ"ו און אועעק ה' תמוז תשע"ח.נאר צען טעג נאך זיין עליה לארץ ישראל צו בית שמש.פאר מעלבורן געווען רב פון חסידי בעלזא אין מונטריאל.

ער איז געשטארבן אום פרייטאג פרשת תזריע-מצורע, תשפ"א, אין עלטער פון 88 יאר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!