רוי:משה רייכמאן

ווערסיע פון 01:00, 26 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "גייטסהעד" ב־"געיטסהעד")
קיין פריי בילד

משה יוסף רייכמן (ענגליש: Paul Reichman; ‏ 30סטן סעפטעמבער 1930, ווין - כ"א חשוון 2013, טאראנטא). יידישער-קאנאדער מיליאנער, פון די אייגנטימער פון Olympia & York אומבאוועגלעכע גיטער פירמע.

ביאגראפיע

משה רייכמאן איז געבוירן געווארן אין ווין צו שמעיה און רענע רייכמאן, חרדישע אידן פון א קליין שטעטל אין טשעכאסלאוואקיי, וואס זענען געווארן רייך פון האנדלען מיט אייער אין ווין. די רייכמאן משפחה זענען געפארן קיין אונגארן צו באזוכן דעם זיידן וואס האט געליטן פון א שלאַק פונקט דעם טאג פונעם אנשלוס; צוליב דעם האבן זיי באשלאסן נישט צוריקצוקערן קיין עסטרייך נאר זיי האבן זיך אריבערגעצויגן אין פראנקרייך. ווען נאצי דייטשלאנד האט איינגענומען פראנקרייך זענען זיי אנטלאפן אין טאנזשיר, אין נייטראלן מאראקא. די משפחה האט זיך קאנסאלידירט דארטן האנדלען מיט פרעמדער וואלוטע. אין דעם סוף פון די 1940ער יארן איז משה געגאנגען לערנען אין דער געיטסהעדער ישיבה, און דערנאך האט ער געלערנט אין ישיבות אין ישראל.

אין 1955 האט ער געהייראט לאה פעלדמאן אין מאנטרע, שווייץ.

שפעטער איז ער געפארן קיין טאראנטא, קאנאדע

ער איז נפטר געווארן כ"א חשון תשע"ג און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות. ביי זיין לויה האבן משתתף געווען די רבנים רבי שמואל אויערבאך, רב עדס און רב משה שטערנבוך.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!