רוי:בוסק

ווערסיע פון 19:59, 25 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "היינטיק" ב־"היינטיג")
בוסק
Буськ
Буськ герб.png
Busk city council.jpg
בוסקער ראטהויז
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 49°58′N 24°38′E / 49.967°N 24.633°E / 49.967; 24.633 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
שטח 9.0 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

8,896‏  (שטייענדיג 2006)
צייט זאָנע UTC+2

בוסק (אוקראיניש: Буськ; פּויליש: Busk) איז א שטאט אין בוסקער ראיאן, לעמבערגער גובערניע, אין מערב אוקראינע, און איז איינע פון די אוראלטע שטעט אין אוקראינע. די שטאט ליגט אויפן טייך בוג.

היסטאריע

אין פארשונג צווישן די יארן 2000-2013 האט מען געפונען ארכעאלאגישע אויסגעפינען (קריגלעך און אנדערע זאכן) וואס ווייזן אז שוין אינעם 7טן יארהונדערט האבן מענטשן געוואוינט אינעם שטח וואו די היינטיגע שטאט געפינט זיךר. אין 10טן יארהונדערט איז געווען א באפעסטיקטע שטאט אויפן ארט. אינעם 11טן יארהונדערט, ווען בוסק האט געהערט צו קיעווער רוס, ווערט די שטאט דערמאנט ווי א פעסטונג שטאט.

אינעם 14טן יארהונדערט האט מען ווידער געבויט די שטאט פונדאסניי, און אינעם 15טן יארהונדערט איז בוסק געווארן איינע פון די ערשטע שטעט אין מזרח גאליציע צו באקומען מאגדעבורג רעכטן. אין יאר רס"ב האט מען געבויט די ערשטע שול אין בוסק.

די שטאט האט געליטן ביים כמעלניצקי אויפשטאנד אינעם 17טן יארהונדערט, אבער שפעטער איז איר עקאנאמיע ווידערגעוואקסן, ספעציעל אין קליידונג און עסן.

אינעם 19טן יארהונדערט איז בוסק געווארן א טייל פון דער עסטרייכער אימפעריע, שפעטער די עסטרייך אונגארישע אימפעריע. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז בוסק געווען פאר א קורצער צייט א טייל פון דער פאלקסרעפובליק פון מערב אוקראינע אבער זי איז שפעטער אריבער צו פוילן.

יולי 1941 האבן די דייטשן איינגענומען בוסק ביי דער בארבאראסא אקציע; יולי 1944 האט די רויטע ארמיי איינגענומען די שטאט. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז בוסק געוואן אינעם שטח פון סאוועטישער אוקראינע.

יידן און אידישקייט

די ערשטע שול אין בוסק האט מען געבויט אין 1502.

אין די תר"צ יארן האבן געוואוינט אין בוסק מער ווי 1,500 אידן. ווען בוסק איז איינגענומען געווארן דורך דער ווערמאכט אין יולי 1941 זענען 28 פירער פון דער יידישער קהילה דערמארדעט געווארן דורך די דייטשן און זייערע אוקראינישע העלפער. אין אן אקציע יום כיפור תש"ג האט מען דערמארדעט אינדרויסן פון דער שטאט 700 אידן. נאך דער אקציע האט מען אויפגעשטעלט אין בוסק א געטא.

מיי 1943 האט מען געפירט 300 ארבעטער פון בוסק צום יאנאווסקע ארבעטס לאגער, וואו מ'האט זיי געהרגעט. די אנדערע מענער פון דער געטא האט מען אריבערגעפירט אין יאנאווסקע, און די פרויען און קינדער האט מען געהרגעט.

בארימטע מענטשן פון בוסק

צווילינג שטעט

בוסק האט א צווילינג שטאט:

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!