עלעקטרישער שטראם איז א פלוס פון עלעקטרישער לאדונג. עלעקטרישע לאדונג פלוסט ווען ס'איז פאראן א וואלטאזש אריבער א דורכפירער. אין שטראמקרייזן ווערט די לאדונג געטראגן דורך עלעקטראנען וואס באוועגן זיך אין א דראט.

דער סטאנדארטער איינס פאר עלעקטרישן שטראם איז דער אמפער, וואס איז א פלוס פון עלעקטרישער לאדונג פון איין קולאמב א סעקונדע.

עלעקטרישע שטראמען האבן א סך באניצן, ווי באלייכטן און הייצונג. אויך קען אן עלעקטרישער שטראם שאפן א מאגנעטיש פעלד, וואס ווערט געניצט אין מאטארן און גענעראטארן.

וועבלינקען

  דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!