רוי:יודענראט

ווערסיע פון 20:53, 21 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{חורבן אייראפע}}↵" ב־"")

יודנראט איז דער נאמען פון דער יידישער ראט וואס איז צונויפגעשטעלט געווארן דורך די נאציס (מיטן באפעל פון ריינהארד היידריך) אין די געטאס בעת די שואה. דער ראט איז געווען צונויפגעשטעלט פון רבנים, פאליטיקער און אנדערע חשובע לייט וואס זענען אין אלגעמיין אויסגעוויילט געווארן דורכן יידישן ראט (נאך וואס די נאציס האבן דאס באשטעטיקט) און מאנכמאל זענען זיי באצווונגען געווארן דורך די נאציס.

יודנראטס אויפגאבע

זייער צוועק איז געווען אנפירן דעם לעבנס-נייטיקער-שטייגער פון די אידן אין געטא. ווי צב"ש: זארגן פאר זייער וווינונג, מעדיצין, דערציאונג, ארבעט, זיכערהייט, טראנספארט, רעליגיע אא"וו. אין געוויסע געטאס האבן זיי ארויסגעלאזן באזונדערע געטא-געלט און מארקן. אויך האבן זיי באשטימט א יידישע פאליציי וואס האבן אכטונג געגעבן אויפן סדר אריינגערעכנט אויספירן נאציסטישע באפעלונגען ווי צב"ש פירן אידן צו די ארבעטס לאגער, קאנפיסקירן יידישע פארמעגן, און צום טרויערן סוף פירן קינדער מיט פרויען צו די פארניכטונג לאגערן.

יודנראטס קווענקלעניש

דער יודנראט איז געווען אין א קווענקלעניש לגבי ווי אזוי זיך צו פירן מיט אזעלכע געזעצן וואס זענען געווען צו שלעכטס טאן די אידן. אזעלכע האבן געטענהעט אז ס'בעסער זאלן די אידן אויספירן די שרעקלעכע געזעצן איידער די ברוטאלישע נאציס. אזעלכע האבן געטענהעט אז אויף יעדן פאל טאר נישט א איד זיך מיטטיילן צו העלפן די נאציס. אין פאקט האבן זיך טאקע עטלעכע יידנראטן גענומען זייער לעבן, אזעלכע האבן זיך געלאזט הרגענען דורך די נאציס ווען זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון דורכפירן די נאצישע געזעצן. צב"ש אדאם טשערניאקאוו דער הויפט פירער פון ווארשעווער געטאס-יודענראט האט זיך גענומען דאס לעבן ווען ער איז באפעלט געווארן אויסצושטעלן א ליסט פון אידן וואס זענען געשטעלט געווען אפשיקן צו די פארניכטונג לאגער.

יודענראטס האנארארס

אין אלגעמיין האבן די נאצים אויסגעבעסערט די יודענראטס-מיטגלידערן אין פארשידענע זאכן, זיי האבן באקומען מער עסן און האבן נישט געדארפט גיין ארבעטן אין די ארבעטס לאגער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!