רוי:ביל די בלאזיא

ווערסיע פון 17:06, 21 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װעלט" ב־"וועלט")

[[טעקע:|קליין|ביל די בלאזיא]] ביל די בלאַזיא (געב' ווארען ווילהעלם דעם 8טן מאי 1961) איז דער 109טער און היינטיקער בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי. פון 2010 ביז 2013 איז ער געווען דער ניו יארק סיטי פובליקער אדוואקאט. אין 2013 איז ער געווען דער דעמאקראטישער קאנדידאט פאר בירגערמייסטער. ביי די וואלן דעם 5טן נאוועמבער 2013 האט מען אים געוויילט מיט 73% פון די שטימען צו ווערן דער ערשטער דעמאקראטישער בירגערמייסטער פון ניו יארק זייט 1994.

ביאגראפיע

די בלאזיא איז געבורין געווארן אין ניו יארק צו א פאטער פון דייטשער אפשטאמונג און אן איטאליענישער מוטער, און ער איז אויפגאוואקסן אין מאסאטשוסעטס. ער האט באקומען זיין ערשטן דיפלאם פון ניו יארק אוניווערסיטעט און א צווייטן דיפלאם פון קאלומביע אוניווערסיטעט.

ער וואוינט אין פארק סלאופ ברוקלין מיט זיין שווארצער ווייב שירלעין און א זון דאנטע מיט א טאכטער קיארא.

זייט ער איז בעשוואוירען אלס בירגערמייסטער וואוינט ער אויך אין גרעיסי מענשאן, דאס איז די אפיציעלע וואוינונג פון בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי.[1]

רעפערענצן

  1. http://www.theguardian.com/world/2013/dec/11/nyc-mayor-bill-de-blasio-gracie-mansion פאַרטייטשט די קאָפ־שׁוּרוֹת: אױסגעוועלטע בירגערמײסטער פון ניו יאָרק, ביל די בלאַזיאָ, איז מוֹדיע אַז ער װעט װאױנען אין גרעיסי מענשאָן. די בלאַזיאָ, זיין װייב מיט צװײ קינדער, װעלען זיך צעביסליכװייז איבערציען פון פאַרק־סלאָופ אין ברוקלין צו דער שױן לאַנג־נישט־באַזעצטע בירגערמײסטער־װאױנונג אין מאַהעטן.

וועבלינקען

פריערדיגער:
מייקל בלומבערג
בירגערמייסטער פון ניו יארק
2014-היינט
נאָכפאלגער:
היינטיגער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!