רוי:שווארצע לאך

ווערסיע פון 20:40, 19 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דזשיימס" ב־"דזשעימס")
מאלעריי ווי א שווארצע לאך שלינגט איין גאז פון זיין פארטנער.

אַ שווארצע לאך איז אַן אביעקט אין דער קאסמאס, וואס האט גאר א שטארקן כח המשיכה, און ציט צו זיך אלעס. אפילו ליכט ווערט צו איר געצויגן אויף א פאל וואס די ליכט קען נישט אנטלויפן פון דער שווארצער לאך. ווייל די שנעלקייט פונעם לאך איז מער געשווינדער ווי די ליכט.

דער ערשטער וואס האט ארויפגענומען אין זיין געדאנק, אז עס קען זיין אין דער קאסמאס אזא שווערער מאסיווישער קערפער, איז געווען דער ענגלישער געאלאג, 'דזשאן מיטשעל', אינעם יאר 1783. אויך האט דאס דער מאטעמאטיקער פיער סימאן לאפלאס אנטפלעקט, אינעם יאר 1796, נישט וויסנדיק אז דזשאן מיטשעל האט דאס שוין געהאט געדעקט.

ביזן 20סטן י"ה איז דער געדאנק נישט געווען גאר אנגענומען, צוליב דעם וואס דאן האט מען געקלערט אז ליכט האט נישט קיין מאסע און קען נישט ווערן דערצויגן דורך א כח משיכה. אבער נאך וואס אלבערט איינשטיין האט ערפינדן די אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט אינעם יאר 1915, וואס ערקלערט אז די ליכט ווערט יא באיינפלוסט פון דער כח המשיכה, און איר שנעלקייט פארענדערט זיך לויט דער כח המשיכה, ד"ה אז די ליכט איז יא צוזאמגענומען פון טיילעכלעך און עס איז יא א מאסע, האט א דייטשער פיזיקער 'קארל שווארצשילד' אנטפלעקט, אז עס קען יא עקזיסטירן א שווארצע לאך פונעם פיזישן פונקט.

כאטש אינוועניג איז עס נישט זעבאר, קען מען דאך ארויסדרינגען דאס עקזיסטענץ פון א שווארצער לאך דורך איר אינטעראקציע מיט אנדער מאטעריע און מיט ליכט און אנדער עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג.

דער פיזיקער יעקב בעקנשטיין האט פארגעשטעלט אז א שווארצער לאך האט ענטראפיע, און לויט דעם האבן דזשעימס בארדין, בעקנשטיין, קארטער און האויקינג צו פארמולירן שווארצער-לאך טערמאדינאמיק אין די 1970ער יארן.

אלגעמיינע רעלאטיוויטעט

אין 1915, האט אלבערט איינשטיין אנטוויקלט זיין אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, נאכדעם ווען ער האט געוויזן אז גראוויטאציע טוט טאקע באאיינפלוסן די באוועגונג פון ליכט. מיט נאר א פאר מאנאטן נאכהער האט קארל שווארצשילד געפונען א לייזונג פון די איינשטיין פעלד גלייכונגען, וואס באשילדערט די גראוויטאציע־פעלד פון א פונקט־מאסע און א ספערישער מאסע.[1]

רעפערענצן

  1. Schwarzschild, K. (1916). "Über das Gravitationsfeld eines Massenpunktes nach der Einsteinschen Theorie". Sitzungsberichte der Königlich Preussischen Akademie der Wissenschaften. 7: 189–196. Bibcode:1916SPAW.......189S. {{cite journal}}: Invalid |ref=harv (help)
  דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!