רוי:בולדאזער

ווערסיע פון 05:27, 19 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ייַ" ב־"יי")
אַ קאַטערפּילער D10 בולדאָזער

א בולדאָזער אדער שטופּגראָבער איז א קריכער טראקטאר וואס איז אויסגעשטייערט מיט א גרויס מעטאלן ברעט (באקאנט אלס א "מעסער") וואס שטופט גרויסע קוואַנטומס פון ערד, זאמד, שטיינער אדער אנדערע געגליכענע מאטעריאלן בעת קאנסטרוקציע אדער איבערווייז ארבעט. געווענליך ווערט א בולדאָזער אויסגעשטייערט מיט א נאָגל-ענלעך הינטער געצייג וואס שוואַכט אָפּ געפּרעסטע מאטעריאלן.

בולדאָזערס קען מען אָפּגעפונען ביי פילע פארשידענע ערטער, אזוי ווי שאַכטעס און שטיינהאַקערייען, מיליטערישע באזעס, אינדוסטריע פאבריקן, אינזשענריע פראיעקטן און שטאַלן.

דער טערמין "בולדאָזער" געווענליך מיינט בלויז א טראקטאר (געווענליך א קריכער) וואס איז אויסגעשטייערט מיט א דאָזער מעסער.

Transportation template.svg דער ארטיקל בנוגע טראנספארט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!