רוי:איזאטאפ

ווערסיע פון 05:27, 19 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ייַ" ב־"יי")
די דריי נאטירלעכע איזאטאפן פון וואסערשטאף. יעדער איינער פון זיי האט איין פראטאן; זיי ענדערן זיך נאר אין דער צאל נייטראנען. פון לינקס אויף רעכטס: פראטיום (1H) מיט קיין נייטראנען, דייטעריום (2H) מיט איין נייטראן, און טריטיום, (3H) מיט צוויי נייטראנען.

איזאטאָפּן זענען וואריאנטן פון אַ געוויסן כעמישן עלעמענט וואָס ענדערן זיך נאר אין דער צאל נייטראנען. אַלע איזאטאפן פון אַ געוויסענעם עלעמענט האָבן די זעלבע נומער פון פּראָטאָנען אין יעדן אַטאָם. דער טערמין איזאטאפ נעמט זיך פון די גריכישע שרשים איסאָס (ἴσος "גלייך") און טאפאס (τόπος "אָרט"), טייטש "דער זעלבער אָרט"; אזוי, דער טייטש הינטער די נאמען איז אַז אַנדערע איזאטאפן פון איין עלעמענט פאַרנעמען די זעלבע פּאָזיציע אויף דער פּעריאָדישער טאבעלע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!