איזאָפּאָדן
Ligia oceanica, אַן איזאָפּאָד
Ligia oceanica, אַן איזאָפּאָד
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: ארטראפאדן
אונטער-שטאַם: קרעבס-חיות
קלאַס: Malacostraca
אונטערקלאַס: Eumalacostraca
איבער-סדר: Peracarida
סדר: Isopoda
Latreille, 1817

אונטערסדרים

די איזאָפּאָדן זענען אַ סדר פון קרעבסן. די גרופּע איז מאָרפאָלאָגיש זייער אַ כלערלייע, ס'איז דאָ בערך 10.5 טויזנט זגאַלן, וואָס לעבן אין ימים, זיסוואַסערן און אויף דער יבשה. עטלעכע איזאָפּאָדן פּאַראַזיטירן ביי בעלי־חיים.

אויסער געבוי

די איזאָפּאָדן האָבן בדרך־כלל אַ כלפּי־חוץ פלאַכן קערפּער, 0.6 מ"מ ביז 46 ס"מ לענג[1]. די קערפּער סעגמענטאַציע איז ענלעך צום גענעראַלן פּלאַן פון אַנדערע Peracarida. ס'איז דאָ דריי טאַגמעס (קערפּער־טיילן): קאָפּ, פּערעיאָן ("ברוסט") און פּלעאָן ("בויך"). דער קאָפּ איז אַ קאָמפּליצירטער, דאָס הייסט אַז ער שליסט איין די סעגמענטן פון קדמון־קאָפּ און ערשטן ברוסט־סעגמענט (צו מאָל אויך דעם צווייטן סעגמענט). פּערעיאָן באַשטייט פון די איבעריקע 7 ברוסט־סעגמענטן, וואָס זענען בדרך־כלל ניט געאייניקט, כאָטש עטלעכע איזאָפּאָדן ווייזן יאָ באַשטימטע צונויפגאָסן אינעם פּערעיאָן. די 6 הינטערסטע סעגמענטן און די טערמינאַלע פּלאַט (טעלסאָן) מאַכן אויס דעם פּלעאָן. אַ סך גרופּעס איזאָפּאָדן האָבן פרייע פּלעאָנישע סעגמענטן, אָבער זייער אָפט זענען זיי געאייניקט ביז די סיבות, ווען פּלעאָן זעט אויס ווי איין גרויסער סעגמענט. דער טעלסאָן (ווען ניט כולו רעדוצירט) איז איינגעשלאָסן אינעם 6טן סעגמענט. ס'איז ביי איזאָפּאָדן ניט קיין קאַראַפּאַקס, ווי אויך ביי אַמפיפּאָדן צווישן Malacostraca [2][3][4].

קאָפּ־גלידער

דער קאָפּ טראָגט צוויי גרופּעס גלידער, דהיינו: סענסאָרישע (אויגן און צוויי פּאָר אַנטענעס) און מויל־גלידער (אייבערשטע ליפּ, mandibulae (מאַנדיבעלן), אונטערשטע ליפּן, maxillae, maxillulae און maxillipeds).

ס'איז ביי איזאָפאָדן איין פּאָר קאָמפּליצירטע אויגן. זיי זענען מערסטנס זיציק, זעלטן זיצן זיי אָבער אויף אַן אומבאַוועגלעך שטענגל. איין אויג באַשטייט פון צוויי ביז טויזנטער פּשוטע אייגלעך. די אויגן זענען געוואָרן אין גאַנצן רעדוצירט ביי עטלעכע פּאַראַזיטן און ביי אַ סך אונטערערדישע, אינטערסטיציעלע און טיף־ימישע זגאַלן[5].

די ערשטע אַנטענעס ("אַנטענעלעך") האָבן בדרך־כלל איין צווייג אויפן תחילת דריי־גלידיק שטענגל. אין אַ סך גרופּעס ווייזט זיך די רעדוצקיע פון דאָזיקע גלידער ביז דער סיבה, וואָס זעט מען ביי יבשותדיקע איזאָפּאָדן: עטלעכע פון זיי האָבן נאָר אַ פּאָר קורצע איין־גלידיקע אברלעך. די צווייטע אַנטענעס זענען לענגער, האָבן אַ 6-5־גלידיק שטענגל און איין צווייג (נעמלעך: ענדאָפּאָדיט). פונדעסטוועגן, ס'איז מעגלעך צו געפינען די צווייטע צווייג (עקזאָפּאָדיט) אין פורעם פון אַ קליינע שופּ ביי עטלעכע Asellota[5].

מויל אַפּאַראַט איז געווענדעט פאָרויס, און געווענליך נאָגנדיק. עס רינגלען אַרום דעם מויל די אייבערשטע ליפּ פון פאָרנט, די מאַנדיבעלן פון זייטן און אַזוי גערופענע פּאַראַגנאַטן פון הינטן (וואָס זענען אָבער קיין פיס ניט). מאַנדיבעלן זענען די עיקרדיקע אָרגאַנען פאַרן פרעסן. נאָך די מאַנדיבעלן קומען איין נאָכן אַנדערן די maxillae, maxillulae און maxillipeds (וואָס זעען אויס ענלעך צו עכטע פיס, וואָס צייגט זייער נאָמען). איין פאַמיליע (Gnathiidae) האָט נאָך אַ פּאָר maxillipeds, וואָס זענען אַנטוויקלט געוואָרן פון דער ערשטער פּאָר פּערעיאָנעלע פיס[2][6].

פּערעיאָנאַלע גלידער

די פּערעיאָנאַלע גלידער (אָדער פּערעיאָפּאָדן) זענען איינצווייגיק, גלידיק. תחילת זענען דאָ זיבן פּאָר פּערעיאָפּאָדן. בדרך־כלל פאַרנעמען זיי זיך אין גיין אָדער זיך קלאַמערן צו וואַסער פלאַנצן, ווירט אָדער פּאַרטנער. זעלטן ווערט אַ טייל פּערעיאָפּאָדן באַנוצט אין שווימען אָדער גראָבן[7]‬. אָפט שיידט זיך אונטער די פאָרדערשטע פּאָר גלידער פון אַנדערע און אין קיין לאָקאָמאָציע פאַרנעמט זי זיך ניט. אין אַ סך גרופּעס טראָגן די ערשטע פּערעיאָפּאָדן אַ פאַלש־קלעמערל אָדער זעלטן אַן אמתס[2][8]. אין Gnathiidae דער ערשטער סעגמענט פון פּערעיאָן איז צונויפגעגאָסן מיטן קאָפּ און אַזוי די פיס, וואָס ער טראָגט, זענען ‫מגולגל געוואָרן אין אַ מין מויל גלידער. די לעצטע פּאָר פּערעיאָפּאָדן פעלט ביי עטלעכע ‬משפּחות אָדער גאַטונגען (גלייך אַזוי ווי אין יואווענילע פאָרמען)[5][9].

קיין זשאַברעס טראָגן די פּערעיאָפּאָדן ניט, אָבער ביי נקבות געפינען זיך אויף זיי פּלאַטעלעך, וואָס מען הייסט זיי אָאָסטעגיטן און וואָס פורעמען מיט זיך אַ זעקל פאַרן נאָכקום (מאַרזופּיאום). עס קענען טראָגן די אָאָסטעגיטן אַלע פּערעיאָפּאָדן, אָבער אַזאַ סיבה טרעפט זיך זעלטן און אַמערסטנס טראָגן זיי נאָר 3-4 פּאָר פיס. עס זענען אויך זגאַלן מיט בלויז איין פּאָר אָאָסטעגיטן אָדער אין גאַנצן אָן זיי. אין עטלעכע גרופּעס איזאָפּאָדן קען מען געפינען אויף maxillipeds אויך ענלעכע פּלאַטעלעך[5].

פּלעאָנאַלע גלידער

די גלידער פונעם פּלעאָן זענען ווייניק־גלידיקע, טראָגן איין אָדער צוויי צווייגן. אויסווייניק און לויט זיין ראָלע טיילן זיי זיך אונטער אויף צוויי גרופּעס: די ערשטע פינף פּאָר (אַזוי גערופענע פּלעאָפּאָדן) און די הינטערשטע פּאָר — אוראָפּאָדן. די פּלעאָפּאָדן זענען מער־ווייניקער פּלאַטשיק און פאַרנעמען זיך אין פאַרשידענע פונקציעס: קודם כל אַלס אָסמאָרעגולאַטאָרישע און אָטעם־אָרגאַנען (ד.ה. אַלס זשאַברעס), אַלס שווים־מיטל און אויך אַלס קאָפּולאַטאָרישע איברים. חוץ דעם איין אָדער מער פּאָר פּלעאָפּאָדן פורעמען זיך אין דעקל, וואָס באַדעקט אַנדערע פּלעאָפּאָדן. אין עטלעכע פאַלן טרעפט זיך פּאָרלעכווייזע צונויפשמעלצן פון אָדער להיפּוך — רעדוקציעס פון פּלעאָפּאָדן, וואָס איז בפרט כאַראַקטעריסטיש פאַר Asellota. למשל, די נקבות פון Microcerberidae טראָגן בלויז איין פּאָר פּלעאָפּאָדן, מחמת דעם אַז אַלע אַנדערע פיר פּאָר זענען אינגאַנצן רעדוצירט.

אוראָפּאָדן, די הינטערשטע פּאָר גלידער, האָבן אַן אאינגלידיק שטענגל מיט איין אָדער צוויי אאינגלידיקע צווייגן דערויף. ס'איז צוויי טיפּן אוראָפּאָדן: זיי קענען זיין ברייט, בלאַטאַרטיק, זיצנדיק אויף זייטן פון פּלעאָטעלסאָן אָדער פאַרקערט: שטאָקאַרטיק און זיצנדיק אויפן שפּיץ פּלעאָטעלסאָן. Valvifera האָבן אַ ספּעציעלע מאָדיפיקאַציע פונעם ערשטן וואַריאַנט, ווען אוראָפּאָדן זענען פאַרבויגן אַרונטער און באַדעקן פּלעאָפּאָדן[10].

לעבנסשטייגער

ים איז וואו די איזאָפּאָדן אויפגעקומען געוואָרן, און אין ים ווייזן די גרעסטע פאַרשיידנקייט פון די פאָרמען און אויך די גרעסטע צאָל זגאַלן. ימישע איזאָפּאָדן זענען קודם כל בענטישע בעלי חיים (לעבן אויפן ימישן גרונט) און ברייט פאַרשפּרייטן פון ליטאָראַל ביז אָקעאַנישע טיפענישן. אַ ריי זגאַלן קענען שווימען ניט הויך פון בוידעם און אַנדערע שווימען אין אָפענע וואַסערן.

פון טייכן און אָזערעס האָט מען באַשריבן אַן ערך בלויז 10% פון אַלע זגאַלן, אָבער עטלעכע גרופּעס זענען דורכויס נאָר פון אַזעלכע האַביטאַטן באַוואוסט: אַלע היינטיקע Phreatoicidea, פון Asellota: פאַרטרעטער פון Asellidae, Stenasellidae און Protojaniridae, ווי אויך אַלע זגאַלן פון די צויי קליינע גרופּעס פון Calabozoida און Tainisopidea.[11]

אַ סך גרעסער איז די גרופּע, וואָס האָט באַזיגט די יבשה: כמעט אַלע Oniscidea געפינט מען אויף אָדער אין ערד. ס'זיינען דאָ בערך 3.5 טויזנט זגאַלן פון זיי און דאָס זענען די איזאָפּאָדן וואָס מען טרעפט טאָג־טעגלעך, אַפילה אין שטעט, אין אַלע לענדער אויף יעדער קאָנטינענט. חוץ דעם איז דאָ אַ קליין גרופּע איזאָפּאָדן פון גאָר אַן אַנדער צווייג, Phreatoicidea, וואָס זיי איז געלונגען צו באַהערשן די יבשה: דאָס זענען איינציקע זגאַלן פון Phreatoicopsis, וואָס גראָבן נאָרעס אין פייכטן באָדן.[12]

צווישן די איזאָפּאָדן געפינט מען דעטריטאָפאַגן, פלאַנץ־פרעסער, רויבער און עטלעכע גרופּעס זענען פון רויבעריי אַריבער צו פּאַראַזיטיזם (אויף אַנדערע קרעבסן און פיש).

די ווירטשאַפטלעכע באַדייטונג פון איזאָפּאָדן איז ווייט ניט גרויס. פּאַראַזיטן טאָן אָן היזק דער מאַריקולטור אין טראָפּישע לענדער. אַזעלכע זגאַלן וואָס בויערן נאָרעס אין האָלץ (ראשית כל Limnoria און עטלעכע Sphaeroma) שטעלן מיט זיך פאָר אַ געוויסע סכנה הילצערנע טעכנישע קאָנסטרוקציעס.[13]

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wetzer86
  2. 2.0 2.1 2.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kussakin79
  3. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Knopf06
  4. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Erhard01
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Brusca91
  6. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Kearn04
  7. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Hessler89
  8. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Svavarsson87
  9. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wilson89
  10. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען BrPo
  11. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Wilson08
  12. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען WilKea
  13. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Limnor

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!