רוי:כל נדרי

ווערסיע פון 19:16, 15 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געוועזן" ב־"געווען")
כל נדרי

כל נדרי איז די חשובסטע תפילה ביי די אידן וואס מען זאגט איר פאר תפילת מעריב פון ערב יום כיפור. די תפילה ווערט שוין דערמאנט אין תלמוד און דאס איז געשריבן אויף אראמיש.

נוסח התפילה

על דעת המקום, ועל דעת הקהל, בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה אנו מתירין להתפלל עם העבריינים.


כל נדרי ואסרי ושבועי וחרמי וקונמי וקונסי וכנויי, דנדרנא ודאשתבענא ודאחרימנא ודאסרנא על נפשתנא מיום כיפורים שעבר עד יום כיפורים זה, ומיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה. בכלהון איחרטנא בהון. כלהון יהון שרן. שביקין, שביתין, בטלין ומבוטלין, לא שרירן ולא קימין. נדרנא לא נדרי, ואסרנא לא אסרי, ושבועתנא לא שבועות


אידיש טייטש

(ביטע איבערזעצן)

איבער די תפילה

די תפילה האט מען מתקן געווען צו אויסלייזן אלע נדרים (צוזאגס) וואס דער מענטש האט פארשפרעכט אין די לעצטע יאר און וואס ער וועט פארשפרעכן אין די קומעדיגע יאר ("מיום כיפורים שעבר עד יום כיפורים זה, ומיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא עלינו לטובה"). אין די צייטן פון די ראשונים איז געווען א מחלוקת צו מען זאל זאגן די תפילה אדער נישט. צום ביישפיל ר' עמרם גאון האט געשריבן אויף דער מנהג "מנהג שטות הוא" (דאס איז א נארישע געוווינהייט) (כאטש וואס ביי זיין סידור איז די תפילה פארשריבן) ווארשיינליך פון וועגן וואס על-פי הלכה קען נישט אזוי א תפילה אויסלייזן נדרים. אבער מיט די צייט איז דער מנהג זייער איינגעווארצלט געווארן ביי די אידן, און זי האט באזעצט געווארן אויך אין שלחן ערוך.

פארצייטנס זענען די יודן באשולדיג געווארן דורך די גוים אז זייערע צוזאגס האט נישט קיין צושטאנד אלץ דעם וואס זיי לייזן דאך אויס די נדרים ערב יו"כ, וואס דערפאר האבן די אידן געדארפט שווערן מיט א באזונדערע שבועה כדי צו פארפעסטן זייערע צוזאגס. די רעפארמער אין די 19טע י"ה האבן וועגן דעם באשלאסן צו נישט זאגן "כל נדרי", און האבן אנשטאט דער געזאגט דאס קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" מיטן ניגון פון "כל נדרי". אבער היינט אויך די רעפארמער זאגן "כל נדרי" אזוי ווי די ארטאדאקסן.

די תפילה האט מען באזונדער מתקן געווען פאר "אלערליי" אידן איינגערעכנט בעלי עבירות ("על דעת המקום ועל דעת הקהל אנו מתירין להתפלל עם העבריינים"). דערפאר איז טאקע איינגעפירט אז אלע אידן אפילו די סעקולערע זאלן קומען אין שול יעדעס יאר צו הערן "כל נדרי".

כאטש וואס די תפילה זאגט מען ביינאכט, איז איינגעפירט צו זיך איינוויקלען מיט טליתים.

די תפילה איז מען מקפיד צו זאגן פאר די שקיעה, ווייל לויט די הלכה טאר מען נישט אויסלייזן נדרים אום שבת און אום יום טוב.

it:Preghiera ebraica#Testo del Kol Nidre

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!