רוי:ארגאניש עסן

ווערסיע פון 19:10, 15 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "געוועזן" ב־"געווען")

ארגאניש עסן זענען א רייע עסנווארג (נאטורלעכע געוואוקסן און פלייש, מילך, און אייער פון בהמות, חיות, און עופות) וועלכע זענען פראדוצירט לויט א געוויסע סטאנדארט און פארמאגט נישט קיין פעסטיסיידס אדער כעמישע מיסט. ביי פלייש אדער אייער מיינט דאס אז די באשעפענישן זענען געהאדעוועט געווארן מער נאטורליך און נישט געגעבן געווארן אנטיביאטיק.

ארגאניש עסן איז ארגינעל געווען פראדוקטן פון לאקאלע פארמער וועלכע האבן נישט נאכגעפאלגט די מאדערנע מעטאדן פון פלאנצן און האדעווען וועלכע העלפן פראדוצירן מער אין די זעלבע צייט. זינט די וועלט איז פיל געווארן מיט נאשערייען און אנדערע נישט געזונטע עסנווארג, האט זיך אנטוויקעלט א גרויסע מארקעט פאר ארגאנישע פראדוקטן.

די מענטשן וועלכע עסן ארגאנישע פראדוקטן זענען איינגערעדט אז אלע אנדערע פרוכט, גרינצייג, פלייש, און אייער זענען נישט געזונט פאר דעם קערפער און מאכט שאדן די קישקעס.


וואס איז ארגאניש עסן?

די ערשטע זאך וואס מען דארף פארשטיין וועגן ארגאניש עסן איז אז נאטורליך מיינט נישט ארגאניש און די צוויי זאכן האט גארנישט צעטאן איינע פון די אנדערע. גאר אסאך פון די פראדוקטן וועלכע מיר עסן זענען געמאכט פון נאטורליכע אינהאלטן אבער זיי זענען אויסגעארבעט מיט פערזערוואטיווס. ארגאניש עסן קענען זיין נאטורליך אבער נאטורליכע עסן מיינט נישט אז עס איז ארגאניש. עסן וואס גייט אריין אין כלל פון ארגאניש מעג נישט זיין פראדוצירט מיט פערטילייזערס,אנטיביאטיקס, אדער גענעטישע ענדזשינירונג וועלכע איז באקאנט אלס ביאטעכנאלאגיע.

די דעפארטמענט אוו ארגיקולטור פארמאגט א נאציאנאלן ארגאנישן סטאנדארט באורד וועלכע שטעלט די סטאנדארטן פאר ארגאניש עסן און אלע פירמעס וואס ווילן פארקויפן ארגאניש עסן מוזן זיך האלטן צו די סטאנדארטן. עס זענען פאראן קליינע פארמער וועלכע פארקויפן פריוואט פאר מענטשן וועלכע פאלגן נישט די סטאנדארטן אבער לעגאל אויב פארקויפט מען אין די ווערט פון איבער $5,000 דארף מען איינהאלטן די סטאנדארטן. די קאנטראל איבער די ארגאנישע סוחרים איז זייער שטרענג און זיי מוזן שרייבן באריכטן און דאס שיקן צו די ארגיקולטור דעפארטמענט וואו דאס ווערט איבערגעקוקט. זיי באקומען איספעקטארס זייער אפט און מען פארגלייכט זייערע תבואות איינע צו די אנדערע.

ארגאניש עסן עסן הייבט זיך אן ביים פארמען. היינטיגע פארמער נוצן פערטילייזערס און כעמיקאלן צו מאכן די ערד ארויסגעבן ווי מער פירות. בעפאר די צווייטע וועלט קריג איז נישט געווען אזא זאך און אלע פארמינג זענען געווען ארגאניש. די טעכנאלאגיעס פון די כעמיקאלן זענען ערפינדן געווארן דורכאויס די קריג און שפעטער האט מען דאס אנגעהויבן פרובירן פאר פארמינג. טייל פון די כעמיקאלן זענען ערשט גענוצט געווארן צו מאכן מוניציע און נערוו גאזן און שפעטער האט מען אויסגעטראפן אז די כעמיקאלן קענען העלפן אוועקנעמען אינסעקטן און ריינער מאכן די פעלדער וועלכע פארשנעלערט דאס וואקסן.

די פארמער וועלכע וואקסן ארגאניש נוצן נישט די אלע זאכן אבער וויבאלד אויף דעם וועג קען מען נישט פראדוצירן אזויפיל אויף איינמאל איז עס טייערער צו פראדוצירן און עס פארקויפט זיך פיל טייערער אין די געשעפטן (א היכי תמצה: די אויסגעארבעטע עסן קאסט ביליגער און די נישט אויסגעארבעטע עסן קאסט טייערער...). זינט דער פארלאנג פאר ארגאניש עסן איז געווארן גרעסער האבן פארמער אנגעהויבן אינוועסטירן געלט פאר טייערע עקוויפמענט וועלכע זאל זיי העלפן פארשנעלערן די פארמינג כדי צו קענען אראפברענגן די פרייזן. די פראצענט פון ארגאנישע פארמער וואקסט מיט 12 פראצענט פער יאר אבער ווערט נאך אלץ פאררעכנט אלס א קליינע אינדוסטרי מיט עפעס ווייניגער פון 15,000 פארמער איבער גאנץ אמעריקע וועלכע פלאנצן אויף א סך הכל שטח פון 1.35 מיליאן אקער לאנד פון די 828 מיליאן אקער לאנד פארמינג וועלכע איז פאראן אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין אמעריקע געפינען זיך רוב גרויסע ארגאנישע פעלדער אינעם מערב טייל פון לאנד וואו זיי פלאנצן טאמעטאס, ארגאנישע טרויבן און אנדערע מערסט גענוצטע תבואה. אין צפון-מזרח טייל פון לאנד זענען פאראן די קלענערע ארגאנישע פעלדער וועלכע פלאנצן אלע ערליי פרוכט און גרינצייג און פארקויפן דאס דירעקט צו די העלט פוד געשעפטן, רעסטוראנטן, און טיילמאל דירעקט צו די קונדן. די סטעיט פון קאליפארניע איז די גרעסטע ארגאניש עסן פראדוצירער אבער ארגאניש עסן קען מען קויפן איבער'ן גאנצן לאנד. נאך קאליפארניע קומט אריזאנע, פלארידע, טעקסאס, און וואשינגטאן. ניו יארק, וויסקאנסין, מינעסאטע פראדוצירן אויך ארגאניש עסן אבער אין קליינע קוואנטום. רוב ארגאניש מילך קומען פון די דריי שטעט.


פלאנצונג און פראדוצירונג

יעדע פארם וואס פלאנצט תבואה דארף אפהיטן די תבואה פון אינזעקטן און דעזיז וועלכע קענען שטערן אדער פאר'סמ'ן די תבואה. מען דארף אויך פערטילייזן די פעלדער זיי צו העלפן מאכן וואקסן און מען דארף שפעטער קאנטראלירן די געוואוקסן. קאנווענציאנאלע פארמער נוצן כעמיקאלע פערטילייזערס און כעמיקאלע באשפריצונגן און סינטעטישע הערביסייטס צו טאן די ארבעט. די אלע זאכן העלפן זייער גוט און די תבואות וואקסן שנעל און גוט אפילו אין א שווערע יאר. ארגאנישע פארמער מעגן נישט נוצן די אלע זאכן נאר קאנטראלירן די פעלדער מיט די טעכניקס וועלכע מען האט אמאל גענוצט. מען באשיצט זיי פון אינזעקטן מיט'ן שטעלן פאסטקעס און לייגן סם און מען נוצט נאר נאטורליכע פערטילייזערס צו העלפן מאכן וואקסן די תבואה. די זוימען מעגן אויך נאר זיין ארגאניש אבער דאס געזעץ ערלויבט יא צו נוצן אויסגעארבעטע זוימען ווען די מארקעט קען דאס נישט צושטעלן.

ארגאניש מילך, אייער, און פלייש קומען פון בהמות וועלכע מעגן נאר געפיטערט ווערן ארגאנישע תבואה און בכלל האבן די בהמות שטרענגערע רעגולאציעס צו וואס זיי מעגן האבן צוטריט אדער נישט. די בהמות מעגן נישט באקומען קיין שום איינשפריצונגן זיי צו געבן מער כוח אבער מעגן יא געגעבן ווערן וואקסינאציע איינשפריצונגן קעגן קראנקהייטן. ווען די ארגאניש עסן איז געענדיגט פראדוצירן ברויך דאס געהאלטן ווערן זייער פריש וועלכע איז ווידער א רייע רעגולאציעס וועלכע די ארגינעלע פראדוצירער האבן נישט וויבאלד דאס עסן האט נישט קיין פרעזערוואטיווס וועלכע העלפט דאס האלטן פריש.


איז ווערט צו עסן ארגאניש?

עס איז נישט פאראן קיין שום איבערווייזונג אז ארגאניש עסן איז עפעס בעסער פאר דאס געזונט ווייל אלע עסן אין לאנד דארפן גרייכן די זעלבע קוואליטעט און געזונטהייט סטאנדארטן. עס זענען פאראן געויסע שטודיעס וועלכע ווייזן יא פאזיטיוו צו ארגאניש עסן ווען עס קומט צו פארשידענע קרענק אבער קיינע פון די שטודיעס זענען נישט אזוי דראסטיש און אלס דעם אויס איז נאך נישט כדאי צו צאלן אזויפיל פאר ארגאניש עסן. אין טעם איז ארגאניש עסן אויך נישט בעסער כאטש עס איז פרישער און דאקטוירים פלאגן זיך צו טרעפן א געהעריגע סיבה פארוואס א מענטש זאל קויפן ארגאניש עסן.

איין זאך מיט וואס ארגאניש עסן איז בעסער איז די ענווייראמענט. אויב אלע פעלדער זאלן פלאנצן די ארגאנישן וועג וועט דאס פארבעסערן די ענווייראמענט און דאס עסן וואס מיר עסן און די לופט וועלכע מיר אטעמען וועט זיין געזונטער. אבער ווייניג קימערן זיך מיט די ענווייראמענט, ספעציעל אויב דארף מען צאלן א פרייז דערפאר.

אויב א מענטש עסט געהעריג און מאכט איבונגן שטייט ער נישט אויס פאר קיין שום פראבלעם אזוי לאנג ווי ער עסט נישט קיין נאשערייען. מען דארף עסן וואס די וועלט עסט היינט און מען מעג זיך יא צוריק האלטן פון די זאכן וועלכע זענען געמאכט פון ארטיפישל פלעוואורס אויף וועלכע כולי עלמה מודה אז דאס איז נישט געזונט. נאשערייען פארשטאפט די קאפ (דאס איז נישט קיין ווערטל פון די רבי אין חדר...) ווייל די צוקער אין פלעוואורס וואס ליגן דערין ארבעטן ווי א דראג וועלכע לעבט אויף דעם מענטש אויף די מינוט און מען גלוסט פאר נאך. דער מוח דארף זיין קלאר ווען מען לערנט און צוקערדיגע עסן פארשטאפט די ניראפעטס פון די קאפ און לאזט נישט דעם מענטש טראכטן מיט מנוחת הנפש.

וויאזוי אימער, איז זיכער אז עסן נאשערייען איז נישט געזונט און אפילו אויב מען זאל נאר עסן ארגאניש פלייש און אייער און טרינקן ארגאניש מילך וועט דאס נישט טוישן גארנישט. עקספערטן ראטן נישט קיינעם צו עסן ארגאניש אבער זאגן כסדר אז די אלע עסן וואס מען דארף נישט האבן וויכטיג איז כדאי צו פארמיידן ווי ווייט מעגליך ספעציעל פון קינדער וועלכע זענען אין זייער וואקסונג פראדעצור און איז א וויכטיגע טייל פון זייער לעבן. וואס מען לערנט אויס די קינדער יונגערהייט אזוי בלייבן זיי אויף שפעטער און זיי לערנען דאס ווייטער פאר זייערע קינדער. עס איז טאקע נישט גרינג אויפצוציען קינדער אבער זיי בארואיגן מיט נאשערייען איז גיפטיג און מען טוט זיי נישט קיין טובה און זיך אליין אויך נישט.

נאך א וויכטיגע זאך וואס מען דארף שטענדיג געדענקען איז מען זאל אפוואשן אלע פירות און גרינצייג בעפאר מען עסט זיי ווייל זיי זענען אנגעשפריצט מיט כעמיקאלן זיי צו האלטן פריש און באשיצן פון אינסעקטן. מענטשן זענען פארנאכלעסטיגט דערין אבער אויב זאל מען וויסן די וויכטיקייט דערין וואלט מען מער אכט געגעבן דערויף.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!