אחז מלך יהודה

אָחָז איז געווען מלך פון מלכות יהודה אין דער צייט פון ערשטן בית המקדש. אחז האָט געקעניקט אומגעפער אין די יאָרן 720–735 פאַר דער געווענליכער צייט–רעכענונג. וועגן די מעשים פון אחז ווערט דערציילט אין ספר מלכים ב' קאַפיטל ט"ז (ווי אויך אין דברי הימים און ספר ישעיה). דאָרט ווערט אָנגעגעבן, אַז ער האָט איינגעפירט אין לאַנד יהודה און ירושלים די געצן–דינעריי און האָט געטאָן "דאָס שלעכטע אין די אויגן פון גאָט“. אין זיין צייט האָבן די מלכים פון מלכות ישראל (אפרים) און פון לאַנד ארם אַנגעהויבן אַ מלחמה קעגן לאַנד יהודה און זענען צוגעקומען מיטן מיליטער ביז ירושלים. אחז האָט זיך געווענדעט נאָך הילף צו תגלת פלאסר דעם מלך פון אשור. פון דעמאָלט אָן איז יהודה געוואָרן אָפהענגיק פון אשור: דער נאָמען פון אחז ווערט אויך דערמאָנט אין די פלעקלשריפטן פון אשור. ער הייסט דאָרט "יאַ–חאַ–זו“, דאָס הייסט "יהואחז“. און עס איז פאַראַן אַ מיינונג, אַז דעריבער האָט מען אין תנ"ך אים גערופן נאָר אחז כּדי נישט צו דערמאָנען אויף דעם געצן–דינער דעם נאָמען פון גאָט. אין זיין צייט פאַלט אויס אַ טייל פון נביאות–זאָגן פון ישעיה הנביא.

מוסטער:מלכות יהודה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!