רוי:נארד ריין-וועסטפאליע
| נאָרד רײן־װעסטפאַליע Nordrhein-Westfalen | |||||
| |||||
| שפּראַכן | סטאַנדאַרט דייטשיש, נידערדײטש | ||||
| הויפּטשטאָט | דיסלדאָרף | ||||
| גרינדונג דאַטום | 23סטן אױגוסט 1946 | ||||
| שטח | 34,088.01 קוואַדראַט ק״מ | ||||
| באַפעלקערונג צאָל | 17,845 | ||||
| באַפעלקערונג געדיכטקייט | 523 איינוואוינערס אַ קוואַדראַט ק״ם | ||||
| פרעמיער מיניסטער | האַנעלארע קראַפט | ||||
| אָפיציעלער קאָד | DE-NW | ||||
| וועב זייט | www.nrw.de | ||||
נאָרד רײן־װעסטפאַליע, אדער צפון רײן־װעסטפאַליע (דייטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דייטשלענדיש לאַנד, װאָס געפינט זיך אין מערב־דייטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפעלקערונג צװישן אלע דייטשע לענדער מיט 17,878,000 איינװױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק"װ ק"ם: דאָס פיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מײנסט געדיכט באַװױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געװאָרן אין 1946 װי אַ סכום פון פריערדיקע פּרײסישע פּראָװינצן רײנלאַנד (נאָר די צפונדיקע טײל) און װעסטפאַליע.
באַפעלקערונג
דאָס האַרץ פונעם לאַנד איז די רור געגנט, װאָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן איינװױנערס די מערסטן באַפעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דייטשלאַנד. פונדעסטװעגן, די צװײ גרעסטע שטעט קעלן (די פירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אײגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פאָלגנדיקע:
| פּאָזיציע | נאָמען | באַפעלקערונג, צאָל 2010 | שטח, ק"װ ק"ם | געדיכטקײט, אַ ק"װ ק"ם |
|---|---|---|---|---|
| 1 | קעלן | 1,000,660 | 405.15 | 2,470 |
| 2 | דיסלדאָרף | 586,564 | 217.01 | 2,703 |
| 3 | דאָרטמונד | 580,688 | 280.37 | 2,071 |
| 4 | עסן | 575,027 | 210.38 | 2,733 |
| 5 | דיסבורג | 501,564 | 232.81 | 2,154 |
| 6 | באָכום | 385,626 | 145.43 | 2,652 |
| 7 | װוּפּערטאַל | 359,237 | 168.37 | 2,134 |
| 8 | בילעפעלד | 326,925 | 257.83 | 1,268 |
| 9 | באָן | 312,818 | 141.22 | 2,215 |
| 10 | מינסטער | 270,868 | 302.91 | 894 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!