רוי:פידל

ווערסיע פון 22:37, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי, ײ ← יי (5), ױ ← וי (9))
Violin.JPG

דער פידל ווערט פאררעכנט װי דער קעניג פון די מוזיק אינסטרומענטן, צוליב די הארציקע מעלאדיעס וואס ער גיט ארויס און וואס מאַכן אים א יחיד במינו צװישן אלע אינסטרומענטן אין די ארקעסטערס.

דער פידל געהערט צו דער פאַמיליע פון די סטרונע אינסטרומענטן. מע שפילט דעם פידל מיט א שטעקעלע אויף װאס עס זענען געשפּאַנט פערדהאָר און װאָס מע רופט אָן דעם סמיטשעק. דער פידלער פירט דעם סמיטשיק ארויף און אראפ אויף די פידלבענדלעך (די סטרונעס). די רייבונג פון די פערדהאָר אויף די סטרונעס איז גורם װיבראַציעס װאָס ברענגען אַרויס פון די פאַרשידן גראָבע סטרונעס פאַרשידן הויכע טענער. װאָס גרעבער די סטרונע, װאָס טיפער דער טאָן. אַז מע זאָל פון די פיר סטרונעס פונעם פידל אַרויסברענגען מער װי פיר טענער, קען דער פידלער די סטרונע װאָס ער שפּילט אָן מיטן סמיטשיק פאַרקירצן דורך אַרויפלייגן אַ פינגער אויף דער סטרונע. װאָס קירצער דער חלק פון דער סטרונע װאָס קען װיברירן, װאָס העכער דער געשאַפענער טאָן. בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דריקט מען צו דעם קלאַנגקערפּער פונעם פידל צווישן דעם האלז און די אקסל. מיט איין האנט האלט מען דעם פידל און פאַרקירצט די סטרונעס, מיט דער אַנדערער באַװעגט מען דעם סמיטשיק.

אין דער פידל־פאמיליע זענען פאראן עטליכע ערליי.

  1. דער קאנטראבאס גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען (באס). מען שפּילט אים געװענליך שטייענדיג.
  2. דער טשעלא גיט אַרויס מיטעלע טענער און װערט אַװעקגעשטעלט אויף דער פּאָדלאָגע, נאָר דער טשעליסט שפּילט זיצנדיק.
  3. די װיאלע איז קלענער פון טשעלאָ און גרעסער פון פידל און מע שפּילט זי פּונקט װי דער פידל.

די פרייזן פאר א פידל זענען איינגעטיילט לויט די ווערט פונעם האלץ און לויטן נאמען פון פארביצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליקע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און העכער זענען געמאכט פון אזעלכע סארטן האלץ וואס פארשענערן דעם קול װאָס מער װאָס עלטער עס ווערט.

איבער דער וועלט

אין מעקסיקא ניצט מען א פידל אין מאריאטשי מוזיק.


אידישקייט

אין תלמוד שטייט אז דוד המלך האט געהאט א הארף העכער זיין בעט וואס פלעגט אים וועקן יעדע נאכט ביי חצות, דורך א ווינטל וואס פלעגט בלאזן דערויף.

אין תלמוד שטייט אז שפילן אויף א פידל איז א קלוגשאפט און נישט א מלאכה. געוויסע חסידישע אדמור"ים וו.צ.ב. ר' מרדכ'לע נאדווערנער פלעגן שפילן אויפן פידל.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!