רוי:פיאדאר טיוטשעוו

ווערסיע פון 22:37, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: וווּ ← וואוּ)
פיאָדאָר טיוטשעוו

פיאָדאָר איוואַנאָוויטש טיוטשעוו (5טן דעצעמבער 180327סטן יולי 1873)איז געווען אַ באַוואוּסטער רוסישער דיכטער און דיפּלאָמאַט. ער האט געוווינט אין מינכן און אין טורין, און ער איז געווען באַקאַנט מיט היינריך היינע און פרידריך שעלינג.

אין ליטעראַרישן לעבן האָט טיוטשעוו קיין אָנטייל ניט גענומען, פאַר ליטעראַט האָט ער זיך ניט געהאַלט. עס זייַנען פאַרבליבן אַן ערך 400 פון זייַנע לידער, וואָס זייערע שורות ציטירט מען אָפט אין רוסלאַנד. טיוטשעווס פריע לידער זייַנען געשריבן אויפן שטייגער דער פּאָעטישער טראַדיציעס פונעם 18סטן יאָרהונדערט. אין זייַנע געדיכטן, וואָס שטאַמען פון די 1830ער, זייַנען שטאַרק די טראַדיציעס פונעם אייראָפּעישן (באַזונדערס דייַטשן) ראָמאַנטיזם. דאָס איז פילאָסאָפישע (מעדיטאַטיווע) דיכטונג, וואָס איר וויכטיקסטע טעמעס זייַנען: געדאַנקען וועגן דער אַלוועלט, וועגן דעם מענטשלעכן גורל, וועגן דער נאַטור. אין די 40ער יאָרן האָט טיוטשעוו געשריבן אַ ריי פּאָליטישע אַרטיקלען, געווידמעט דער פּראָבלעם פון די באַציונגען צווישן רוסלאַנד און דער מערבדיקער ציוויליזאַציע. אין די 1850 האָט ער געשאַפן עטלעכע שאַרפע ליבעס-לידער, וואָס אין זיי די ליבע איז באַטראַכט ווי אַ טראַגעדיע. די דאָזיקע לידער זייַנען דערנאָכדעם געווען פאראייניגט אין אַזוי-גערופענעם "דעניסיעווער ציקל" – דהיינו דעם לידער-ציקל, געווידמעט י.אַ. דעניסיעווען, דעם דיכטערס אַ געליבטער. אין די 60-70-ער יאָרן שאַפט טיוטשעוו על-פי-רוב פּאָליטישע ליריק.

דאָס סאַמע באַרימסטע טיוטשעווס ליד – "!Silentium" – איז אַ ביטער רוף צום שווייַגן, אַ באַדויערונג, וואָס איין מענטש קען ניט קיינמאָל אינגאַנצן פאַרשטיין דעם אַנדערן. אַ סך שורות פון טיויטשעווס לידער זייַנען געוואָרן ברייט ציטירטע אַפאָריזמען.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!