רוי:מייקל פאראדיי

ווערסיע פון 22:24, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (3))
מייקל פאראדיי
הויפט ביישטייערן
האט אנטפלעקט עלעקטראמאגנעטישע אינדוקציע
האט אנטדעקט בענזען
מייקל פאראדיי אין זיינע עלטערע יארן

מייקל פאראדיי FRS (ענגליש: Michael Faraday; ‏22סטן סעפטעמבער 1791-25סטן אויגוסט 1867) איז געווען א בריטישער פיזיקער און כעמיקער וואס האט בייגעשטייערט צו די פעלדער פון עלעקטראמאגנעטיזם און עלעקטראכעמיע. ער איז געווען איינער פון די מערסט איינפלוסבאר וויסנשאפטלער אין דער היסטאריע.

דורך זיין פארשן דאס מאגנעטישע פעלד ארום א דורכפירער וואס טראגט א דירעקטן שטראם, האט פאראדיי פעסטגעשטעלט דעם באגריף פון אן עלעקטראמגנעטישן פעלד אין פיזיק. אויך האט פאראדיי פעסטגעשטעלט אז מאגנעטיזם קען האבן א השפעה אויף ליכט-שטראלן. אזוי אויך האט ער אנטפלעקט די פרינציפן פון עלעקטראמאגטענישער אינדוקציע און דיאמאגנעטיזם, און די געזעצן פון עלעקטראליז. אין 1821 האט ער געמאכט דעם ערשטן עלעקטרישן מאטאר.

אין כעמיע האט פאראדיי אנטדעקט בענזען, און ער האט ערפינדן א פריערע פארעם פון דעם בונזן ברענער.

די עיקר כללים פון עלעקטראמאגנעטיק הייסן פאראדיי'ס כללים אויף זיין נאמען.

ער איז געווארן דירעקטאר פון דער קעניגלעכע אינסטיטוציע נאך סיר האמפרי דייווי.

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!