רוי:נעסטער

ווערסיע פון 21:33, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (3))
נעסטער
קוואל קארפאטישע בערג
הייך פון קוואל 1,000 מעטער
טיראספאל און דער נעסטער טייך

דער נעסטער (אוקראיניש: Дністер דניסטער; רומעניש: Nistru ניסטרו) איז א טייך אין מזרח אייראפע.

געאגראפיע

דער נעסטער קומט ארויס אין אוקראינע, לעבן דראהביטש נאענט צום פוילישן גרענעץ, און פליסט אין דער ריכטונג צום שווארצן ים. א שטיק וועג איז ער דער גרענעץ צווישן אוקראינע און מאלדאווע, נאך דעם פליסט ער דורך מאלדאווע 398 ק"מ און צעשיידט איר הויפט טעריטאריע פון טראנסניסטריע. שפעטער ווערט ער נאך א טייל פונעם מאלדאווע-אוקראינע גרענעץ, און דערנאך פליסט ער דורך אוקראינע צום שווארצן ים.

דער נעסטער איז וויכטיק פאר טראנספארטאציע און מסחר. צוויי מאל א יאר פלייצט ער איבער זיינע ברעגן - אנהייב מערץ, ווען די שניי און אייז ווערט געשמאלצן, און נאכאמאל אין מיי ווען די שניי צעגייט אין די קארפאטישע בערג, דער קוואל פונעם נעסטער.

די הויפט בייטייכן זענען די טייכן סטרי, רעוועט, זברוטש און סערעט.

שטעט אויפן נעסטער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!