רוי:ניו זילאנד
ניו זילאנד New Zealand (ענגליש) Aotearoa (מאַאָריש) | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אָקעאַניע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | ענגליש מאַאָריש | ||||
הויפּטשטאָט | וועלינגטאן 41°17′S 174°27′E / 41.283°S 174.450°E | ||||
גרעסטע שטאָט | אויקלאנד | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
מאָנאַרך פּרעמיער מיניסטער |
עליזאַבעט די צווייטע דזשעסינדע ארדערן | ||||
גרינדונג דאַטום |
7טן מאי 1856 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
268,021 קוואַדראַט ק"מ 75סטער 1.6 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
4,850,350 120 17.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $195.1 ביליאן | ||||
וואַלוטע | ניו זילאַנדער דאֶָלער | ||||
צייט זאָנע | UTC+12 | ||||
אינטערנעט דאָמען | nz. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 64+ |
ניו זילאנד (ענגליש: New Zealand) איז אַן אינזל־לאַנד אין דעם דרום פאציפישן אקעאן, וואס אנטהאלט צוויי גרויסע אינזלען, צפון אינזל און דרום אינזל, מיט עטלעכע 600 קליינע אינזלען. 4,1 מיליאָן פּערזאָנען וואוינען דאָרט. זיין הויפּטשטאָט איז װעלינגטאָן און די מערסט באפעלקערטע שטאט איז אויקלאנד. ניו זילאנד געפינט זיך 1500 ק"מ מזרח פון אויסטראליע, אריבער דעם טאסמאן ים, און 1000 ק"מ דרום פון די פאציפישע אינזלען ניי קאלעדאניע, פידזשי און טאנגא.
אין 1951 האבן זיך פאראייניגט אויסטראליע, ניו זילאנד און די פאראייניגטע שטאטן אינעם אנזוס זיכערהייט אפמאך.
פאלינעזער האבן זיך באזעצט אין די אינזלען וואס זענען היינט ניו זילאנד צווישן 1250 און 1300 און זיי האבן אנטוויקלט א באזונדערע מאארישע קולטור. אין 1642 איז דער האלענדישער אויספארשער אבעל טאסמאן געווארן דער ערשטער אייראפער צו זען ניו זילאנד.
ניו זילאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, און ראנגט הויך אין געזונג, בילדונג, עקאנאמישע פרייהייט און קוואליטעט פון לעבן.
דער עקסעקוטיוו פון לאנד איז דער קאבינעט, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער, וואס איז היינט דזשאסינדא ארדערן. דער ראש מלוכה איז די מלכה עליזאבעט די צווייטע, רעפרעזענטירט דורך א גובערנאטאר-גענעראל, היינט דאמע פאטסי רעדי. ניו זילאנד איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, די קאמאנוועלט, אנזוס, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, פאציפישע אינזלען פארום און אזיע-פאציפיש עקאנאמישע קאאפעראציע.
עטימאלאגיע
אין 1645 האבן האלענדישע קארטארגראפן געגעבן די אינזלען דעם נאמען Nova Zeelandia (נאוואַ זילאַנידאַ) נאכן האלענדישן פראווינץ זילאנד.[1][2] דער בריטישער אויספארשער דזשיימס קוק האט שפעטער אנגליציזירט דעם נאמען צו New Zealand (ניו זילאנד).[3]
היסטאריע
אין יאר 1788 איז קאפיטאן ארטור פיליפ געווארן גובערנאטאר פון דער נייער בריטישער קאלאניע ניו סאוט וויילס, וואס האט איינגעשלאסן ניי זילאנד.[4] די בריטישע רעגירונג האט באשטימט דזשיימס באזבי בריטישער רעזידענט צו ניי זילאנד אין 1832 נאך א פעטיציע פון צפון מאארי.[5] אין 1835, נאך א פראקלאמאציע פון אט-אט א פראנצויזישע באזעצונג דורך שארל דע טיערי, האבן די פאראייניגטע שבטים פון ניי זילאנד געשיקט א דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט צום מלך וויליאם דער פערטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך בעטנדיק שיץ.[5] דערנאך האט דאס קאלאניעס ביורא געשיקט קאפיטאן וויליאם האבסאן צו פאדערן סואווערענטעט פארן פאראייניגטן קעניגרייך און צו פארהאנדלען אן אפמאך מיט די מאארי.[6] דער אפמאך פון ווייטאנגי איז געחתמ'עט געווארן דעם 6טן פעברואר 1840.[7]
געאגראפיע
ניו זילאנד באשטייט פון צוויי הויפט אינזלען און אומגעפער 600 קלענערע אינזלען. די צוויי הויפט אינזלען (דער צפון אינזל, אדער Te Ika-a-Māui טע איקאַ־אַ־מאַאואי, און דער דרום אינזל, אדער Te Waipounamu טע ווייפונאַמו) זענען צעשייד דורכן קוק דורכגאס, 22 ק"מ ברייט ביים שמעלסטן פונקט.[8] אויסער די צפון און דרום אינזלען, זענען די פינעף גרעסטע באפעלקערטע אינזלען סטוארט אינזל, טשאטאם אינזל, גרויס באריער אינזל (אין דעם האוראקי איינגאס),[9] ד'ערוויל אינזל (אין די מארלבארא דורכגאסן)[10] און ווייהעקע אינזל (בערך 22 ק"מ פון צענטראלן אקלאנד).[11]
ניו זילאנד איז לאנג און שמאל (מער ווי 1600 ק"מ לענגאויס זיין צפון־צפון־מזרח אַקס מיט א מאקסימום ברייט פון 400,[12] מיט אומגעפער 15,000 ק"מ פון בארטנליניע[13] און א סך־הכל שטח פון 268,000 ק"מ.[14] אזוי ווי ניו זילאנד האט פארווארפענע אינזלען און א לאנגע בארטנליניע, האט דאס לאנד פארשפרייטע ים־רעסורסן. זיין עקסקלוסיווע עקאנאמישע זאנע איז איינע פון די גרעסטע אין דער וועלט, און באדעקט מער ווי 15 מאל אזוי ווי זיין לאנד שטח.[15]
דער דרום אינזל איז די גרעסטע יבשה פון ניו זילאנד און איז דער 12ט גרעסטער אינזל אין דער וועלט. ער איז צעטיילט לענגאויס דורך די דרום אלפן.[16] עס זענען פאראן 18 שפיצן העכער פון 3000 מעטער, וואס דער העכסטער פון זיי איז בארג קוק, הויך 3754 מעטער.[17] פיארדלאנד אין דעם דרום־מערבדיקן ווינקל פון דרום אינזל האט שטאציקע בערג און טיפע פיארדן.[18] דער צפון אינזל איז דער 14ט גרעסטער אינזל אין דער וועלט, און איז נישט אזוי בערגיק אבער האט וואולקאנען.[19] אין דעם נארד אינזל וואולקאנען־פלאטא געפינט זיך דער העכסטער בארג אין נארד אינזל, בארג רואפעהו (2797 מעטער), און אויך די גרעסטע אזערע אין דעם לאנד, אזערע טאופא,[20] וואס טוליעט זיך אין דער קאלדערע פון איינעם פון דער וועלט'ס מערסט טעטיגע סופערוואולקאנען.[21]
ניו זילאנד איז א טייל פון אויסטראלאזיע, און איז אויך דער דרום־מערבדיקער עק פון פאלינעזיע.[22] מען ניצט אפט דעם טערמין אקעאניע צו באדייטן דעם ראיאן וואס נעמט איין דעם קאטינענט אויסטראליע (קאנטינענט), ניו זילאנד און נאך אינזלען אין דעם פאציפישן אקעאן וואס זענען נישט איינגעשפארט אין דעם זיבן-קאנטינענט מאדעל .[23]
רעפערענצן
- ↑ Wilson, John (סעפטעמבער 2007). "Tasman's achievement". טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. Retrieved 16טן פעברואר 2008.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Mackay, Duncan (1986). "The Search For The Southern Land". In Fraser, B (ed.). The New Zealand Book Of Events. Auckland: Reed Methuen. pp. 52–54.
- ↑ McKinnon, Malcolm (נאוועמבער 2009). "Place names – Naming the country and the main islands". טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. Retrieved 24סטן יאנואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "A Nation sub-divided". Australian Heritage. Heritage Australia Publishing. 2011. Archived from the original on 28סטן פעברואר 2015. Retrieved 27סטן דעצעמבער 2014.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ 5.0 5.1 Rutherford, James (April 2009) [originally published in 1966]. McLintock, Alexander (ed.). Busby, James. An Encyclopaedia of New Zealand. Retrieved 7 January 2011.
- ↑ McLintock, Alexander, ed. (April 2009) [originally published in 1966]. Sir George Gipps. An Encyclopaedia of New Zealand. Retrieved 7 January 2011.
- ↑ Wilson, John (מערץ 2009). "Government and nation – The origins of nationhood". Te Ara: The Encyclopedia of New Zealand. Retrieved 7טן יאנואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ McLintock, Alexander, ed. (April 2009) [originally published in 1966]. The Sea Floor. An Encyclopaedia of New Zealand. Retrieved 13 January 2011.
- ↑ "Hauraki Gulf islands". Auckland City Council. Archived from the original on 25סטן דעצעמבער 2010. Retrieved 13טן יאנואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Hindmarsh (2006). "Discovering D'Urville". Heritage New Zealand. Archived from the original on 11טן מאי 2011. Retrieved 13טן יאנואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ "Distance tables". Auckland Coastguard. Archived from the original on 23סטן יאנואר 2011. Retrieved 2טן מערץ 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ McKenzie, D. W. (1987). Heinemann New Zealand atlas. Heinemann Publishers. ISBN 0-7900-0187-X.
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןCIA
- ↑ "Geography". Statistics New Zealand. 1999. Archived from the original on 22סטן מאי 2010. Retrieved 21סטן דעצעמבער 2009.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Offshore Options: Managing Environmental Effects in New Zealand's Exclusive Economic Zone (PDF). Wellington: Ministry for the Environment. 2005. ISBN 0-478-25916-6. Retrieved 23סטן יוני 2017.
{{cite book}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ Coates, Glen (2002). The rise and fall of the Southern Alps. Canterbury University Press. p. 15. ISBN 0-908812-93-0.
- ↑ Garden 2005, p. 52.
- ↑ Grant, David (מערץ 2009). "Southland places – Fiordland's coast". טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. Retrieved 14טן יאנואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "Central North Island volcanoes". Department of Conservation. Retrieved 14טן יאנואר 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ וואלראנד, קארל (מערץ 2009). "Natural environment – Geography and geology". טע אַראַ: די ענציקלאפעדיע פון ניו זילאנד. Retrieved 14טן יאנואר 2010.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
(help) - ↑ "Taupo". GNS Science. Archived from the original on 24סטן מערץ 2011. Retrieved 2טן אפריל 2011.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Hobbs, Joseph J. (2016). Fundamentals of World Regional Geography (in ענגליש). Cengage Learning. p. 367. ISBN 9781305854956.
- ↑ Hillstrom, Kevin; Hillstrom, Laurie Collier (2003). Australia, Oceania, and Antarctica: A Continental Overview of Environmental Issues. Vol. 3. ABC-CLIO. p. 25. ISBN 9781576076941.
…defined here as the continent nation of Australia, New Zealand, and twenty-two other island countries and territories sprinkled over more than 40 million square kilometres of the South Pacific.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!