רוי:רבי בנימין מוספיא
הרב בנימין מוסַפיא (נפ' ה'תל"ה) איז געווען דער רב פון אמסטערדאם. ער איז געווען א פילאזאף און דער פערזענלעכער דאקטער פונעם מלך פון דענמארק.
ביאגראפיע
הרב בנימין איז געבוירן צו זיין פאטער ר' עמנואל בערך אין יאר ה'שס"ו. ער האט געלערנט תורה, און געווארן באהאוונט אין שפראכן, גריכיש, לאטיין און אראביש.
ער האט געוואוינט אין האמבורג וואו ער איז געווען א בארימטער דאקטער. דער מלך פון דענמארק האט אים באשטימט זיין פערזענלעכן דאקטער.
נאכן טויט פונעם דענישן מלך אין ת"ח איז ער אריבער קיין אמסטערדאם וואו ער האט געלערנט אינעם "כתר תורה" בית מדרש. מען האט אים אויפגענומען רב פון דער קהילה אין אמסטערדאם.
אין תל"ה איז ער נפטר געווארן.
זיינע ספרים
- זכר רב, אלע שרשים אין לשון קודש
- מוסף הערוך, הוספות אויפן ערוך
רעפערענצן
- בנימיו מוספיא, ביים MyTzadik וועבזייטל
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!