רוי:רבי חיים יוסף גאטליב

ווערסיע פון 17:58, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (4), ײ ← יי (6), ױ ← וי (3))
שער־בלאַט פון דעם ספר "טיב גיטין וקידושין"

הרב חיים יוסף גאָטליב (ה'תקנ"ד - ד' אדר ב' ה'תרכ"ז) באַקאַנט װי דער סטראָפּקאָװער רב איז געװען אב"ד סטראָפּקאָװ (היינט אין סלאוואקיי) און מחבר ספר 'טיב גיטין וקידושין'. ער איז געװען פון די גרעסטע תּלמידים פון דעם חתם־סופר.[1]


ר' חיים יוסף איז געבוירן געװאָרן אין טערצאַל, אונגאַרן, צו זיין פאטער רבי יהודה אריה לייב (א משפחה פון רבי יואל גאטליב אב"ד גאלאנטא) און זיין מוטער, אן אייניקל פונעם הייליגן של"ה. ווען ער איז נאך געווען א אינגל האבן זיינע עלטערן געצויגן זיך קיין קראלי, ווען זיין פאטער האט ארענדירט א גרויסן מאיאנטעק פונעם גראף קאראלי.[1]

ער איז געװען דער דיין פון טערצאַל אין משך פון 25 יאָר. אינעם יאָר ה'תר"א איז ער געװאָרן דער סטראָפּקאָװער רב מיט דער סמיכה פון רבי חיים האלבערשטאם, נאָך װאָס דער פריערדיקער רב פון סטראָפּקאָװ ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים איז אויפגענומען געװאָרן אַלס רב אין איהעל אינעם יאָר ה'תר"א.

רבי חיים יוסף האט געהייראט בריינדל, די טאכטער פון רבי מאיר ליכטשטיין פון טערצאל. זי איז נפטר געווארן י"ד שבט תר"ח.


ער האָט געהאַט פינף זין מיט איין טאָכטער.

ר' חיים יוסף איז געשטאָרבן ד' אדר ב' ה'תרכ"ז און איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם בית־עולם פון טיסינעץ װעלכע ליגט היינט אין סלאָװאַקיע.

נאָך זיין פּטירה האָבן זיינע זין, מנשה און אפרים גאָטליב, צװיי צװילינג־ברידער, פּובליקירט זייער טאַטנס ספר "טיב גיטין וקידושין", אינעם יאָר ה'תרכ"ח אין אונגוואר.

אין ירושלים אין שכונת בית ישראל איז דאָ אַ שול װאָס הייסט נאָך אים: "ישיבת רבינו חיים יוסף".

ר' נפתלי גאָטליב (פון זקני חסידי חב"ד, בעל מחבר "תולדות לוי יצחק"), אַן אייניקל פון ר' חיים יוסף, האָט געדרוקט אַ ספר מיטן נאָמען "ספר היחוס" װעלכע באַשרייבט דעם גאַנצן שטאַם־בוים פון ר' חיים יוספס אייניקלעך.

זיין השפעה

עס ווערט פארציילט אין ספר אל העדרים פון דעם גאון ר' עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל אז ווען מען האט געמאכט די טיילונג אין אונגארן איז רבי חיים יוסף געזעצן אויבן אן, ער איז דאן געווען דער ראש החבורה וואס האט מסכים געווען אז די פרומע אידן זאלן זיך טיילן זייער קהילה פון די נישט פרומע, אזוי איז געווארן די נעאלאגען, שטאטוס קווא, און די ארטאדאקסיע אין אונגערין.

לײענט מער

  • "תולדות איש חי", ברוקלין, תשכ"ב.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Alim

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!