רוי:איראקער קריג

ווערסיע פון 13:40, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: , ← ,)

מוסטער:אינמיטען בארבייטען

פרעזידענט בוש דערקלערט קריג קעגן איראק, דעם 2טן אקטאבער 2002
סאלדאטן ביים קריג

די איראקער קריג איז א קאנפליקט וואס האט זיך אנגעהויבן ווען די פאראייניגטע שטאטן האבן אריינגעפירט זייערע טרופן צו אינוואדירן איראק אום 20סטן מערץ 2003.

דער הויפט ראציאנאל פארן איראקער קריג איז אנגעגעבן געווארן דורך פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש און בריטישער געוועזענער פרעמיער מיניסטער טאני בלעיר, אז איראק האט געהאלטן אינמיטן פראדוצירן און אנטוויקלן וואפן פון מאסן פארניטיגונג. די דאזיגע וואפן, האבן זיי געטענה'ט שאפט א סכנה פאר אמעריקע, אירע אליאירטע און אינטערעסן. נאך די אינוואזיע האט מען קיינמאל דאס נישט געטראפן און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש.

אבער דאס האט נאך אלס נישט אפגעשטעלט די טרופן פון דארטן ווייטער בלייבן און זיך לאזן הרגענען אין די טויזנטער, צוליב די טענה אז מען דארף דארט אויסראטן די על קאידע טעראר גרופע צעלן.

מען האט הינגעריכטעט סאדאם כוסיין זייער פירער פאר זיינע אויסראטונג און פארניכטיגונג פון די מאסן קורדן און שיאטן וואס ער האט יארן לאנג אונטערדרוקט מיט בארבארישע מיטלן. איצט פרובירט מען מיט אלע כוחות צו ברענגן סטאביליטעט און דעמאקראטיע צו איראק. עס זענען שוין אפגעהאלטן געווארן דריי וואלן. אבער א  ברודער קריג בוזשוועט נאך אין גרויסן מיט יעדן טאג וואס ווערן געהארגעט הונדערט ציוויליע איראקער און אמעריקאנע סאלדאטן וואס זענען צילן פון די טעראר גרופעס.

די ליבעראלע לינקע דעמאקראטן האבן קריטיקירט פרעזידענט בוש אז זיין גאנצע אינטערעסע אין איראק איז פשוט זיך רייך צו מאכן מיט די געבענטשטע אויל קוואלן וואס איראק איז נאטורליך די מערסטע אויל נאך סאודי אראביע, און די רעכטע קאנסערוועטיווען האבן אפגעשלאגן די טענה אז דאס קאסט צופיל געלט אז די אויל וועט צוריק צאלן די קאסטן פון אראפווארפן סאדאם כוסעין.

אידן ווי סענאטאר זשאסעף ליבערמאן האבן אויך גאר שטארק מיטגעשטימט מיט בוש און זענען נאכאלס מיט אים צוליב די סכנה פארן מיטל מזרח ראיאן וואס סאדאם האט מיט זיך פארגעשטעלט, עס זענען געווען קלאנגן אז סאדאם האט געצאלט צענדליגע טויזנטער דאלער פאר יעדן משפחה פון א טעראריסט וואס האט דורכגעפירט א באמבע אטאקע אויף ארץ ישראל. ביי די ערשטע גאלף וואו האט ער געשאסן סקאד מיסליס קיין ארץ ישראל.

עס האלטן זיך אויף איבער הונדערט טויזענט אמעריקאנער טרופן אין איראק דערווייל מיט איבער דרייסיג טויזענט אין באגדאד אליין'ס.

אין דער מלחמה איז אן ערך 3,000 אמעריקאנער אומגעקומען און 20,000 פארווונדיקט געווארן.

די איראקער קריג איז געווארן געפירט דורך א קאאליציע פון לענדער אין שפיץ פון אמעריקע.

די הויפט געשלעגן האבן זיך געצויגן דריי וואכן, וואס דאן איז אומגעווארפן געווארן סאדאם כוסעין'ס מאכט. ער אליין איז הערשט געכאפט געווארן און אומגעברענגט געווארן אום 2006.

א אמעריקאנער טאנק אין איראק

מיטגלידער פון דער קאָאַליציע און זייער שטעלע ביי דער מלחמה

קעגנערשאפט

 
טויזנטער פראטעסטירן אקעגן די קריג

עס איז געווען גרויס קעגנער-שאפט צום מלחמה.

דאס אומבראכן פון סאַדאַם כוסעין

אין נאוועמבער 5, 2006 נאָך אַ לאַנגע פּראָצעס, איז סאַדאַם כוסיין געווארען גע'משפט צו טויט פאַר מאָרד פון 128 מענטשן. אין דעצעמבער 25, 2006 האט די ריכטער אין דעם פּראָצעס אפגעווארפן א אַפּעלאט, און באשטימט אים צו הענגען ביז 30 טעג. כוסעין איז געווארן געהאנגען זעקס אַזייגער אין דער מאָרגן דעצעמבער 30, 2006 אין דער עלטער פון 69.

פונדרויסנדיקע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!