רוי:מיכאל פעלזענבאום

ווערסיע פון 03:58, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "צײַט" ב־"צייט")

 

מיכאל פעלזענבאַום (אויף רוסיש: Михо́эл Фельзенба́ум) איז אַ שרײַבער, פאָעט און אַ דראַמאַטורג ֹװאָס שרײַבט אױף ײדיש. ער איז געבאָרן געװאָרן אין 1951 אין וואסילקיוו, אוקראַיִנע.

לעבן

מיכאל פעלזענבאַום האָט געוואַקסן אין די בעסעראַבער שטאָט פלאָרעשט. ער האָט געלערנט צו זיין א טעאַטער דירעקטאָר, מוזיקאָלאגיע און געשיכטע פון קונסט אין לענינגראד. אין די יאָרן 1969 ביז 1973 האָט ער געאַרבעט ווי א דירעקטאָר אין דער נאַציאנאַלער טעאַטער אין בעלזא. דאָרטן האָט ער אָנגעפירט אַ פאָר פיעסעס אויף יידיש. ער איז געווען דער ערשטער פאָרזיצער פון די יידיש קולטור פאַרבאַנד.


זיין אַרבעט

נאָך זיין עלייה קיין ישראל אין 1991 האָט פעלזענבאַום פובליקירט עטלעכע ביכער פון פאָעזיע און פראָזע. ער איז געווען איינער פֲון די גרינדערס פונעם אַלמאַנאַך נייע וועגן. ער האט פובליקירט אין אַ פאָר צייטשריפטן אויף יידיש: די גאָלדענע קייט (ישראל), די פען (אקספארד), אויפן שוועל און יידישע קולטור (ניו יארק). זיין ראָמאַן שבתדיקע שוועבעלעך איז איינער פון געציילטע ביכער וואס זענען שייך צו דער פָאסט-מאדערניסטיש שטראָם אין ליטעראטור. אַ סך פון זיינע לידער זענען איבערזעצט געוואָרן אין אַ סך שפראַכן ווי: רוסיש, דייטש, רומעניש, שפאַניש און יאַפאַניש.

זיינע ביכער

  • עס קומט דער טאג: לידער. תל אביב, יידישער קולטור־געזעלשאפט, 1992.
  • א ליבע-רעגן : לידער. תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1994.
  • דער נאכט־מלאך, תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1997.
  • און איצט בין איך דיין ניגון. תל אביב, לייוויק־פאַרלאג, 1998.
  • שבתדיקע שוועבעלעך. תל אביב, ה. לייוויק פארלאג ביים פאראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאליסטן אין ישראל, 2005.
  • בענקשאַפט, לידער, תל אביב, מנורה פארלאג, 2007.
  • א ליבע נאכן טויט, דערציילונגען, תל אביב, מנורה פארלאג, 2009
  • געזעגענונג מיט דער קמיע: אשכּנזישע לידער, "מנורה", תּל-אָבֿיבֿ, 2010
  • אויפן הימל אַ יריד. קאָמישע פּיעסן, י.-ל.פּרץ-פאַרלאַג, תּל-אָבֿיבֿ, 2015
  • אַ שאָטן בײַם פענצטער, נאָוועלן און פּיעסן, י.-ל.פּרץ-פאַרלאַג, תּל-אָבֿיבֿ, 2015
  • ביאָגראַפיע פון אַ סענטימענטאַלער לבֿנה, אַוואַנטורע-נאָוועלן, "ביבליאָטעק פון דער הײַנטצייטיקער ייִדישער ליטעראַטור, תּל-אָבֿיבֿ, 2017

איבערזעצונג

וואס ער האט איבערגעזעצט

  • בנימין סקודיצקי, בשבילי החיים והמעש. תרגום מיידיש לעברית - מיכאל פלזנבאום. תל אביב : דורגרף, 2007. ‬

זיינע שריפטן וואס זענען איבערגעזעצט

  • Jiddische Texte, mit einer Einführung zur Jiddischen Literatur von Astrid Starck (сборник М. Фельзенбаума, Беринский, Лев Самуилович|Льва Беринского и Геннадия Эстрайха на немецком языке, под редакцией проф. Астрид Штарк, Universite de Haute Alsace), Solothurner Literaturtage: Золотурн, 2002.
  • Субботние спички (роман, перевёл с идиша Вэлвл Чернин), РИЦ Медиа Формат: Moscow, 2006.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!