רוי:יורי לעוויטאן

ווערסיע פון 03:56, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "צײַט" ב־"צייט")
Yuri Borisovich Levitan.jpg

יורי (יודקאַ בערקאָװיטש) לעװיטאַן (רוסיש: Юрий Борисович Левитан; ‏ 2טן אָקטאָבער 1914, װלאַדימיר - 4טן אױגוסט 1983, בעסאָנאָװקאַ, בעלגאָראָדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען א סאוועטישער ראדיא דיקטאר.

לעוויטאן איז געבוירן דעם 2טן אקטאבער 1914 אין וולאדימיר, רוסלאנד, אין אַ ייִדישער משפּחה.

יורי לעװיטאַן איז געװען אַ באַרימטער דיקטאָר פון דער צענטראַלער סאָװעטישער ראַדיאָ אין די 1930-1980ער יאָרן. אַ דאַנק דער אױסדריקלעכקײט און זעלטענעם טעמבער פון זײַן קול, האָט מען אים באַאױפטראָגט פאָרלײענען די װיכטיקסטע דערקלערונגען און מעלדונגען. ער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט עפנטלעך מודיע געװען װעגן אַזעלכע היסטאָרישע געשעענישן װי דאָס אָנפאַלן פון היטלער-דײַטשלאַנד אױף ראַטן-פאַרבאַנד דעם 22סטן יוני 1941, דאָס אײַננעמען פון בערלין דורך דער סאָװעטישער אַרמײ און די אומבאַדינגטע קאַפּיטולאַציע פון דײַטשלאַנד דעם 8טן מײ 1945, די פּטירה פונעם סאָװעטישן אָנפירער יאָסיף סטאַלין דעם 5טן מערץ 1953, דער פלוג אין קאָסמאָס פון יורי גאַגאַרין דעם 12טן אַפּריל 1961, און אַזױ װײַטער. זײַנע ראַדיאָ-אױפטריטן פלעגן זיך כסדר אָנהײבן מיט די װערטער "...Внимание! Говорит Москва" (װנימאַ'ניִיע! גאַװאַרי'ט מאַסקװאַ'- אַכטונג! עס רעדט מאָסקװע...).

דער נאָמען פון יורי לעװיטאַן איז געװאָרן באַזונדערס פּאָפּולער אין די יאָרן פון דער גרױסער פאָטערלענדישער מלחמה (װי רופט מען אָן אין רוסלאַנד און אײניקע אַנדערע לענדער פונעם געװעזענעם ראַטן-פאַרבאַנד דעם סאָװעטיש-דײַטשן קריג פון 1941-1945 אַלס דער עיקרדיקער טײל פון דער צװײטער װעלט מלחמה). מיט פאַרבאַהאַלטענעם אָטעם, מיט אומרו און האָפענונג צוגלײַך, האָבן דאַן מיליאָנען מענטשן אין אַלע עקן פון דעם גרױסן לאַנד געהערט די ידיעות װעגן דעם מצב אױף די מלחמה-פראָנטן, פאָרגעלײענט פון אָט דעם מענטשן.

אין דער נאָכמלחמהדיקער צייט, האָט יורי לעװיטאַן פאָרגעלײענט פאַרן ברײטן עולם ראַדיאָ-צוהערער װיכטיקע פּאָליטישע דאָקומענטן, געפירט רעפּאָרטאַזשן פון מלוכישע און געזעלשאַפטלעכע אונטערנעמונגען, אָנטײלגענומען אין טאָניפיצירן קינסטלערישע פילמען, דערקלערט "די מינוט פון שװײַגן" אין די יערלעכע ראַדיאָ - און טעלעוויזיע פּראָגראַמען לכבוד דעם אָנדענק פון די געפאַלענע סאָװעטישע קריגסלײַט און די קרבנות פון דער ציװילער באַפעלקערונג בשעת דער מלחמה קעגן די נאַצישע שונאים ימ"ש.

יורי לעװיטאַן איז נפטר געװאָרן בעת אַ באַגעגעניש מיט מלחמה-װעטעראַנען אין 1983. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפן "נאָװאָדעװיטשיע"-צווינטער אין מאָסקװע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!