רוי:הינדא בערגנער

ווערסיע פון 03:56, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "צײַט" ב־"צייט")

הינדא בערגנער (1870 - 1942) איז געווען אַ יידישע שרײַבערקע.

יונגע יארן

זי איז געבוירען געװאָרען הינדא ראזנבלאט 1870 אין שטעטל רעדים אין גאַליציע, הײַנטיקע צייטן אין דרום־מיזרח עק פון פּוילן.

איר משפּחה איז געװען טראַדיציאָנעל און מע האָט איר האָדעװעט חסידיש.

קאריערע

הינדא בערגנער איז באַװוסט פאַר איר באַשרײַבונג איבער טאָג־טעגלעכע לעבן אין אַ גאַליציאַנער שטעטל אויפּן שװעל צו דער מאָדערנער געזעלשאַפט לסוף 19טן יאָרהונדערט. עס איז אויך באַזונדער װײַל זי שרײַבט פון אַ פרויס קוקװינקל.

בערגנערס אײנציקע בוך איז ארויסגעגעבן נאָך דעם ווען זי איז ניפטר געװארן. אירע זין האָט עס 1946 אין מאנטרעאל פּובליקירט. דאָס בוך הײסט "אין די לאַנגע װינטערנעכט ־ משפּחה־זכרונות פון אַ שטעטל אין גאַליציע (1900־1870)." די זין האָט מיט אָנהײב 1937 באַקומען בריװ פון דער מאַמען, װוּ זי באַשרײַבט װעגן איר קינדער־יאָרן. זי האָט זײ געשיקט אירע זכרונות, אײן בויגן נאָך דער צװײטער.

בערגנער האָט כּמעט איר גאַנץ לעבן געװױנט אין איר געבורטס־שטעטל, אין פאַרגלײַך מיט איר זין װוּ זענען װײַט פון גאַליציע איבערגעציען.

זי האָט פרי באַקומען אַ חשק זיך צו לערנען, און האָט גערעדט יידיש, פויליש און דײטש.

איר טאַטע, אַ סוחר אין רעדעם, האַט געהאָלפן און איר אָנגעמוטיקט. ער איז געװען אַ ביסל מער פאָזיטיװ צו דער מאָדערנער װעלט, װי די מאַמע.

איר מאַמע האָט באַטראַכטעט ניט־יידישע װיסן װי אַפּיקורסיש. אין איר בוך שרײבט הינדא בערגנער אַזוי: "לײענען אַ פּויליש אָדער דײטש ביכל, האָט זי אָנגערופן מתעסק זײַן זיך מיט טרײף־פּסול און דאָס פאַרביטן מיט הײסן לײענען מיר די צאינה וראינה."

הינדא בערגנער איז געשטאָרבן אין 1942 בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, אין דעם בעלזשיץ נאַצי לאַגער.[1][2]

  1. https://jwa.org/encyclopedia/article/bergner-hinde
  2. אין די לאַנגע װינטערנעכט, משפּחה־זכרונות פון אַ שטעטל אין גאַליציע (1879־1900) , מאנטרעאל (1946)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!