רוי:ליפא שמעלצער

ווערסיע פון 03:37, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אלבאם" ב־"אלבום")
ליפא שמעלצער
ליפא שמעלצער

אלעזר ליפא שמעלצער (געבוירן ח' אדר ב' ה'תשל"ח, 17טן מערץ 1978) איז מפורסם אין דער יודישער געמיינדע. ער איז א זינגער, אקטיאר, מאדעל, בדחן, אימפּראַוויזיער. ער איז שטארק פאפולער צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן.

מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגענעם וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פיל מוזיק קריטיקער.

ליפא האט דורכאויס די יארן געהאט די זכיה צו זינגען און מהנה זיין און האבן א קשר מיט גדולי הרבנים און אדמורי"ם, א שטייגער ווי: הרב יוסף שלום אלישיב, הרב עובדיה יוסף, דער טאהשער רבי, און הרב אברהם יוסף ראזענבלום, מיט וועם ליפא פלעגט לערנען בחברותא א לענגערע צייט.

ביאגראפיע

ליפא איז געבוירן ח' אדר שני ה'תשל"ח צו ראובן שמעלצער, א סקווערער חסיד, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן. זייענדיג צען יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.

אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן אן איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין ערמאנט, וואו ער האט געבויעט א שול. אבער אין אפריל 2018, האט ער געשטעלט זיין הויז און שול צום פארקויפן. און געוואלט אפ'גט'ן זיין ווייב.

אין דעצעמבער 2016, האט שמעלצער געזינגען "גאט בענטש אמעריקע" ( א יידישע ווערסיע פון "God Bless America") אין ברוקלין בארא זאל ביי דער איינשווערונג פון ניו יארק ציווילער ריכטער רחל פרייער, די ערשטע חסידישע פרוי צו ווערן דערוויילט א ריכטער אין די פאראייניגטע שטאטן.[1]

מאָדעלינג

ליפא שמעלצער איז פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט; אבער נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אוועקבייגן זיין קאריערע צו אנדערע צילן, האט ער פארלוירן טויזענטער אנהענגער בעיקר פונעם פרומען חסידישן עולם.

אין זוממער תשע"ח, האט ליפא פלוצלונג אנגעהויבן ווייזן סימנים אז ער דרייט צוריק דעם זייגער און וויל זיך צוריקקערן צו דער היימישער וועלט. אינעם פארגאנגענהייט, האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.

שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק, וואס דאס האט צוגעברענגט אז ער זאל גענצליך אפלאזן דעם חסידישן לעבענס שטייגער.

יעדן טאג וואס איז פארביי איז שמעלצער געווארן קעלטער צום פרומען לעבן, און ער האט זיך געטוישט לבוש, און פארשפרייט זיינע השפעות אויף דער אינטערנעט, און גערעדט אסאך קעגן דער חרדיש'ער סיסטעם.

ביז חודש אב תשע"ח, ווען פון איין טאג צום צווייטן האט זיך שמעלצער צוריק געטוישט, און אויפגעהערט ארומשיקן זיין שני וחמישי ווידעאס, און צוריק אנגעטוהן דעם חסידישן לבוש, צו די פרייד פון זיינע צענדעליגער טויזענטער אנהענגער פון דער חרדישער וועלט.

מיטן מאקאווער רבין

ליפא האט אין זיינע בחורישע יארן געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, ישראל, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב, און דער מאקאווער רבי איז געווען דער וואס האט געוואונטשן פאר ליפא הצלחה אינעם לעבן, זייט דעמאלטס האט ער וואונדערליך אנגעהויבן מיט בדחנות, צו זיינע מוזיקאלישע געבוירענע טאלאנט. נאך היינט איז מאקעווער רבי דאס הייליגסטע אין ליפא'ס לעבן.

זיין שייכות צו סקווער

שמעלצער איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין ניו סקווער. ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר'ן סקווירער הויף, כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט"א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס 'בדחנא דמלכא' ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות'ן פון דעם רבין'ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א"י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: "אב הרחמן שמע קולינו" און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות.

ער איז אויך באקאנט אלס אן אויסערגעווענליך גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צו סאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשן.

אלבאמען

  • נאר בשמחה (1999)
  • שמע (2000)
  • לטובה (2001)
  • למרנן (ניגוני סקווירא)
  • ליפא בדרך (2003)
  • לעילא ולעילא (2004)
  • פראיעקט x
  • בלי עין הרע (קעניינעהארע) (2005)
  • לקרוא את ההלל (2007)
  • נעקסט פראיעקט x
  • א פשוטער יוד (2008)
  • נאנ-סטאפ (2009)
  • מעומקא דליפא (2010)
  • 24/6 (2011)
  • לייבי לנצח
  • מקור חכמה (סינגל)
  • אמונה (2012)
  • דאס פינטעלע איד (2013)
  • בי פאזעטיוו (2015)
  • געוואלדיג (2020)
  • בבליפא (2022)

נאטיצן

קטלא קניא'ס "ואיני יודע מה הוא" אויף הרב ליפא'ס אלבום[2]

רעפערענצן

  1. Ghert-Zand, Renee (‏22טן דעצעמבער 2016). "First Hasidic woman judge sworn in with Yiddish song". The Times of Israel. Retrieved ‏26טן דעצעמבער 2016. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  2. ר' קטלא'ס איינדרוקען. [1]

וועבלינקען