רוי:אריסטובולוס דער פערטער

ווערסיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

אריסטאבולוס דער פערטער (31 – 7 פאר דער נײַער צײַטרעכענונג) איז געווען אַ בן-מלך פון יהודה.

לעבנסגעשיכטע

אריסטאבולוס (דער פערטער) איז געווען אַ זון פונעם מלך הורדוס און זײַן ווײַב מרים פון בית חשמונאים. ווען אריסטאבולוס איז געווען בערך דרײַצן יאָר אַלט, איז ער צוזאַמען מיט זײַן ברודער אלכסנדר געשיקט געוואָרן זיך דערציִען אין רוים, אין דער היים פונעם סענאטאָר גאַיוס אַסיניוס פּוליִאָ, אַלס פּאָטענציִעלע יורשים פונעם מלך.

ווען אריסטאבולוס האָט זיך אומגעקערט קיין יהודה צוזאַמען מיט זײַן ברודער אלכסנדר, האָבן אייניקע מקורבים פונעם מלך אָנגעהויבן פאַרשרפּרייטן קלאַנגען, אַז די ברידער פּלאַנירן כלומרשט מאַכן אַן אַטעטנאַט אויף זייער פאָטער הורדוס. דאַן האָט הורדוס באַשלאָסן באַשטימען אַלס יורש אויך אנטיפטרוסן, זײַן זון פון אַן אַנדער ווײַב (באַנאַנד מיט אריסטובולוסן און אלכסנדרן). אריסטובולוס און אלכסנדר האָבן דערזען אין דעם אַ נזק פאַר זייער סטאַטוס און זיי האָבן זיך באַמיט אומקערן זיך דעם סטאַטוס פון די איינציקע יורשים. איינצײַטיק האָט אנטיפטרוס געבויט קעגן זיי אינטריגעס כדי ווערן דער איינציקער יורש פונעם מלך. די אויפפירונג פון אריסטובולוס און אלכסנדר, ווי אויך דער פאַקט, וואָס זיי זײַנען עפנטלעך אַרויסגעטראָטן קעגן דעם, וואָס דער מלך הורדוס האָט באַפוילן הינריכטן זייער מוטער מרים, האָט נאָך מער פאַרערגערט זייער לאַגע . הורדוס האָט באַשולדיקט זיי פאַרן קיסר אוגוסטוס אינעם פּלאַנירן אַן אַטענטאַט אויפן אים, אָבער דער קיסר האָט געמאַכט אַ שלום-בית צווישן דעם פאָטער און די זין. אריסטובולוס און אלכסנדר זײַן באַשולדיקט געוואָרן צום צווייטן מאָל אינעם פּלאַנירן הרגענען הורדוסן. אין דעם פאַל האָט זיי געראַטעוועט אַ מוטיקע אַרײַנמישונג פון ארכלאוסן דעם פאָטער פון אלכסנדרס ווײַב גלפירה.

אָבער סוף-כל-סוף האָט זיך אַ חנפן מיטן נאָמען איריקלס, וועלכער איז צוגעשיקט געוואָרן דורך אנטיפּטרוסן, אײַנגעגעבן אָנרייצן הורדוסן אויף די זין. הורדוס האָט באַקומען פון אוגוסט וסן אַ רשות שטעלן זיי צום משפט. זיי זײַנען פאַרורטיילט געוואָרן צום טויט. נאָך דעם, ווי די ברידער זײַנען הינריכטעט געוואָרן אין דער שטאָט שומרון (סעבאַסטיע), האָט דער קיסר געזאָגט, אַז בעסער איז זײַן הורדוסעס חזיר, איידער זײַן זון.

אין 16 פאַר דער נײַער צײַטרעכענונג האָט אריסטובולוס חתונה געהאַט מיט זײַן שוועסטערקינד בערניקי, וועלכע איז געווען די טאָכטער פון הורדוסעס שוועסטער שלומית און קוסגבר דעם גובערנאַטאָר פון אדום. אריסטובולוס און בריניקי האָבן געהאַט פינף קינדער: הורדוס, אגריפּס (דער קומענדיקער מלך אגריפּס דער ערשטער), אריסטובולוס, הרודיאס און מרים.

וועבלינקען

"די קינדער פון אריסטובולוס דעם פערטן" (אויף ענגליש) - http://www.jjraymond.com/religion/aristobuluschildren.html