רוי:וויטעבסק

ווערסיע פון 02:19, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען")

װיטעבסק (װײַסרוסיש: Вiцебск ;רוסיש: Витебск) איז אַ שטאָט אױף די ברעגן פון מערב-דװינע אינעם צפון-מזרחדיקן טײל פון װײַסרוסלאַנד. צום ערשטן מאָל איז זי דערמאָנט געװאָרן אין די היסטאָרישע דאָקומענטן אין 1021, אָבער איר אָפיציעל גרינדונגס-יאָר איז 974.

במשך פון עטלעכע יאָרהונדערטער איז װיטעבסק געװען די הױפּטשטאָט פון אַ פּראָװינץ מיט אַ היפּשער צאָל ייִדישע תּושבים. בײַם סוף 19טן י"ה, דאָס רוב אײַנװױנער פון אָט דער שטאָט װי אױך פון אַ סך אַרומיקע שטעטלעך זענען געװען ייִדן (אין װיטעבסק גופא - אַן ערך 52% אין 1897).

װיטעבסק האָט געשפּילט אַ בכבודיקע ראָליע אין דער געשיכטע און קולטור פון מזרח-אײראָפּעיִשן ייִדנטום. אין פאַרשײדענע צײַט-אָפּשניטן, איז זי געװען דער אָרט פון געבורט אָדער װױנונג פון אַזעלכע פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן װי רבי מנחם מענדל װיטעבסקער, באַראָן יוסף גינצבורג, יהודה פּען, מאַרק שאַגאַל, על ליסיצקי, אָסיפּ צאַדקין, ש. אַנ-סקי, חיים זשיטלאָװסקי, שלמה יודאָװין, לעאָן קאָברין, איסר הראל און אַזױ װײַטער.

זינט 1992, עס אַרבעט אין װיטעבסק דער מוזײ פון מאַרק שאַגאַל, װעלכער געפינט זיך אין דעם קינסטלערס געװעזענעם הױז אױף דער פּאָקראָװער גאַס.

אַלע יאָר, אין חודש יולי, עס װערט דורכגעפירט אין שטאָט דער אינטערנאַציאָנאַלער קונסט-פעסטיװאַל "דער סלאַװישער באַזאַר".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!