רוי:פרוכט

ווערסיע פון 02:19, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען")
א פרוכט שטעל אין א מארק אין בארצעלאנע, שפאניע

פרוכט, אין באָטאַנישן זין, איז אַ טײל פון דער פלאַנץ, װאָס האָט די אַחריות פאַר דער פאַרשפּרײטונג פון די קערנדלעך. אין לאַנדװירטשאַפטלעכער און קולינאַשער שפּראַך פרוכט, אָדער אױבסט, איז אַ זיסער פלאַנצלעכער עסנװאַרג װאָס מעג זײַן אַ אמתע פרוכט, אָדער אַן אַנדער טײל פון די פלאַנץ. עפּל, צום בײַשפּיל, זענען אמתע פרוכטן, אָבער טרוסקאַװקעס זענען נישט קײן אמתע פרוכטן.

די פרוכט העלפט צו פאַרשפּרײטן דיִ קערנדלעך אין פאַרשײדענע אופנים: װען אַ פרוכט איז פליישיג, שײן און זיס, קומען חיות און פרעסן די פרוכט, און דורך זײער צואה קומען אַרױס די קערנדלעך. אַנדערע פרוכטן באַהאַפטן זיך צו פעל פון חיות און אַנדערע האָבן פליגעלעך (װי די פרוכטן פונעם מײפּל-בױם) און װערן געטראָגן פונעם װינט.

רוב פרוכט וואס מען עסט האבן א סאך וואסער, נאטירלעכן צוקער און אייזן.

פרוכט וועלכע וואקסן אויף א בוים אדער אויף דער ערד, גייען אריין אינעם סארט פון פרוכט. עס קומט מיט קערנדלעך אינדערמיט.

עס האט פארשידענע שיינע קאלירן צו ציען די אויג איר צו עסן.

פרוכט איז א נארהאפטיגער מאכל, עס איז זיס און געשמאק.

פרוכט איז א גוטער נאש.

און פון דעם מאכט מען גוטן קאמפאט.

אויפבוי

א פרוכט באשטייט פון איין אדער מער זוימען ארומגענומען מיט א וואנט, דעם פעריקארפ. דער פעריקארפ האט דריי שיכטן: עקסאקארפ – אויסנווייניקער שיכט

מעסאקארפ – מיטלער שיכט

ענדאקארפ – אינעווייניקער שיכט

למשל, ביי פערשקעס און פלוימען איז דער הארטער קערן (וואס אנטהאלט דעם זוימען) דער ענדאקארפ, דער מעסאקארפ איז דער טייל וואס מען עסט, און דער עקסאקארפ איז דער שאלעכץ.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!