רוי:קוילנשטאף

ווערסיע פון 02:18, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען")
C-TableImage.svg
שוואַרץ טשאַד גראַפייט, טשאַד, בלאַס דימענט.

קױלנשטאָף אדער קאַרבאָן איז אַ װיכטיקער כעמישער עלעמענט, און פון די װיכטיקסטע עלעמענטן פון די אָרגאַנישע־מאַטעריאַלן (דהײנו, פון די לעבעדיקע באַשעפענישן). זײַן סימבאָל איז C (לאטייניש: Carbon), זײַן אַטאָם־מאָס איז 12 און זײַן אַטאָם־נומער איז 6.

קוילנשטאף איז דער עיקר און הויפט עלעמענט אויף וואס די כעמיע פון לעבן איז באזירט.

דער נאמען "קאַרבאָן" שטאמט פון א לאטיין ווארט וואס מיינט קוילן.

בעלי חיים זענען אױסגעפארמט פון עטלעכע כעמיקאַלע עלעמענטן: קוילנשטאף, װאַסערשטאָף, שטיקשטאָף, און זױערשטאָף. דאָס עלעמענט קוילנשטאף האָט די מערסטע אָרגאַנישע פאַרבינדונגען (פון אַלע 4 זײַטן) װאָס דערפאר קען דאָס זיך שטאַרקער פאַרבינדן מיט זיך אַלײן און מיט אַנדערע כעמיקאַלע עלעמענטן.

טעקע:Element 6.webm
טשאַד אַטאָם

דאס קלענסטע נאטירלעכע מאלעקול פון קוילנשטאף איז מעטאן (ענגליש: "methane", דײַטש: "Methan") וואס האט אן אטאם פון קוילנשטאף און פיר אטאמען פון וואסערשטאף. די כעמישע פארמעל פון מעטאן איז "CH4".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!