רוי:אנוס

ווערסיע פון 01:28, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "שולחן" ב־"שלחן")

דער אַנוס אדער פי הטַבַעַת (פון לשון־קודש) איז, ביי א מענטש אדער א זויגער, די עפנונג פון וואו עס גייט ארוס די צואה פון די קישקעס.

אנוס מוסקלען העלפן דעם מענטש צו האלטן דעם אנוס פארשלאסן און זיך איינהאלטן ביי גאר קליינע קינדער האבן די מוסקלען נאכנישט גענוג קראפט[מקור פארלאנגט] דעריבער טוט מען זיי אן ווינדלען אזוי אויך עלטערע מענטשן וואס פארלירן די קראפט ביי אט די מוסקלען.

אין אידישקייט

לויט דער הלכה טאר מען נישט דאווענען ווען עס איז דא צואה אינעם פי הטבעת. פאלגנד איז א ציטאט פון שלחן ערוך הרב סימן עו ו צוֹאָה בִּמְקוֹמָהּ, הַיְנוּ בְּנֶקֶב פִּי הַטַּבַּעַת, אֲפִלּוּ הִיא מְכֻסָּה – אָסוּר לִקְרוֹת לְדִבְרֵי הַכֹּל, שֶׁאַף הַמַּתִּירִים בְּצוֹאָה מְכֻסָּה עַל בְּשָׂרוֹ - מוֹדִים בְּצוֹאָה בִּמְקוֹמָהּ, מִפְּנֵי שֶׁזֻּהֲמָתָהּ מְרֻבָּה, שֶׁחַמָּה הִיא וְלֹא יָצְאָה לָאֲוִיר וְאֵין רֵיחָהּ מִתְפַּזֵּר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!