רוי:רבי יהודה הורוויץ

ווערסיע פון 18:32, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן " ב־" אידן ")

הרב יהודה (יודאלע) הורוויץ (י"ח אלול ה'תרס"ה, וויזשניץ - י"א סיון ה'תשמ"ט, לאנדאן) איז געווען דער דזשיקאווער רבי, וואס האט געוואוינט בסוף ימיו אין לאנדאן, ענגלאנד.


ביאגראפיע

יהודה הורוויץ איז געבוירן אין וויזשניץ י"ח אלול ה'תרס"ה צו זיין פאטער הר"ר אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ, דער דזשיקאווער רבי,[1] און זיין מאמע, חוה האגער, א טאכטער פונעם אהבת ישראל פון וויזשניץ. ער איז געווען א תלמיד אין נגלה פון הר"ר מאיר אריק, דער טארנער רב, ביי וועמען ער האט געלערנט פינף יאר. ער האט חתונה געהאט מיט מרים, א טאכטער פון זיין פעטער הר"ר חיים מאיר האגער.

ביי די צוואנציק יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון הרב אברהם מענדל שטיינבערג, בראדער רב. אויך האט אים פארהערט זיין פעטער רבי חיים האגער פון אנטאניע. ער האט זיך געהאלטן אין פארבינדונג מיטן באיאנער רבי'ן, רבי משה פרידמאן.

אין תרצ"ז איז ער געווארן א דיין אין קלויזענבורג.

ער האט אימיגרירט אין ארץ ישראל; פריער האט ער געוואוינט אין תל אביב און נאכהער אין ירושלים.

רביסטיווע

כאטש די דזשיקאווער חסידים האבן אים געמוטשעט ער זאל ווערן זייער רבי, האט ער נישט געוואלט פירן קיין רביסטיווע. נאר בסוף ימיו האט ער אנגעהויבן צו נעמען קוויטלעך. צוליב זיין קראנקייט האט ער געצויגן אין תשמ"ה קיין לאנדאן, וואו ער האט באקומען א נאמען אלס רבי. ער איז נפטר געווארן י"א סיון תשמ"ט און ער ליגט אינעם ענפילד בית עולם, וואו מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר. יעדער יאר אויף זיין יארצייט פארן טויזנטער אידן אויף זײַן ציון.

ספרים

זיין לעבנסגעשיכטע איז געשריבן אין זכר צדיק לברכה און כבתה השלהבת


רעפערענצן

  • יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 275

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!